דעם פאַרלאָפענעם זונטאָג בא העעל"ט, איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן די אָפיציעלע איינשווערונג צערעמאָניע פאר דעם פריש – ערוויילטן קאָנגרעסמאַן, פעט רייען, וואָס איז ערוועלט געוואָרן מיט אַ שמאָלע מערהייט פאר דעם קאָנגרעס זיץ פון דעם 18'טן דיסטריקט אין ניו יאָרק סטעיט, וואָס נעמט אַריין אונזער שטאט בלומינג גראָוו און איר אומגעגנט.

די צערעמאָניע איז פאָרגעקומען אויף אַן אייגנאַרטיגע פאָרמאַט, אין דעם "אייזנהאוער" זאל אינערהאַלב דעם 'וועסט פּוינט' מיליטערישער באַזע דאָ אין ניו יאָרק. דער נייער קאָנגרעסמאַן האָט אויסגעקליבן דאָס אָרט, צוליב דעם וואָס ער איז זעלבסט אַ מיליטערישער וועטעראַן און א גראדואנט פון די וועסט פוינט באזע, וואָס ציעט אַ שטאַרקע רעספּעקט, און ס'איז טאַקע דאָרט אָפּגעראָכטן געוואָרן אַ מיליטערישע סטיל צערעמאָניע מיט'ן ריכטיגן כבוד המלכות.

צו דער איינשווערונגס צערעמאָניע האָט דער קאָנגרעסמאַן רייען פּערזענליך געלאַדנט די באַהערדע פון אונזער שטאט, העסקנים החשובים אישי הציבור, די ווילעדזש טראָסטיס, דער טאַון קאָנסילמאַן, און די ווילעדזש עקזעקיוטיוו טיעם, אויסדרוקנדיג זיין הכרת הטוב און אַנערקענונג אויף דעם וואָס די היימישע בלומינג גראָוו האָט אים געשטיצט דורכאויס די פאַרלאָפענע צוויי פאַרמעסטן צום קאָנגרעס, וואָס האָט פאַקטיש שטאַרק צוגעהאָלפן זיין געווינס, נעמענדיג אין באַטראַכט אַז ער האָט געווינען מיט זייער אַ שמאָלע מערהייט פון קנאַפּע צוויי טויזנט שטימען.

ביי דעם איינדרוקספולן צערעמאָניע האָבן זיך טאַקע באַטייליגט די פאַרטרעטער פון אונזער שטאט, וועלכע זענען אויפגענומען געוואָרן מיט שעצונג דורך דעם קאָנגרעסמאַן. מען האָט דערביי אויסגענוצט די פּאַסיגע געלעגנהייט צו איבערשמועסן מיט'ן קאָנגרעסמאַן אַ רייע פון וויכטיגע אַנגעלעגנהייטן, איבערהויפּט די פאָנדינג פאר נויטיגע אינפראַסטראַקטור ווי וואַסער, סוער, א.א.וו. דער קאָנגרעסמאַן האָט ווירקליך אַרויסגעצייגט אַ שטאַרקע אינטערעסע און האָט אויפ'ן אָרט פאַראָרדנט זיין 'טשיף אָוו סטעף' צו פאַרזיכערן אַז זאַכן הייבן זיך אן רוקן אין די ריכטיגע דירעקציע.

גלייכצייטיג האָט מען אויפ'ן אָרט אויך אָנגעקניפּט גוטע באַציאונגען מיט אַנדערע הויכראַנגיגע קאַונטי און סטעיט באַאַמטע, אַריינגערעכנט אייניגע פּראָמינענטע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט, וועלכע האָבן אַלע אויסגעדרוקט שעצונג און התפּעלות וויאַזוי עס בויעט זיך אַ יונגע שטאט, מיט אַזויפיל אחריות און באַזעסנקייט. מען האָט פון אַלעמען צוריקגעהערט פאזיטיווע גריסן און אַ גוטער ווילן צו מיטאַרבעטן מיט די היזיגע ווילעדזש, צו פאַרזיכערן די ווייטערדיגע וואוקס און בליה פון אונזער הערליכער שטאט.

לב מלכים ושרים ביד ה'.