זונטאג פרשת כי תצא איז פארגעקומען אן ערהאבענעם באזוך דורך אונזער קאנגרעסמאן פעט רייען ירום הודו, וואס איז ספעציעל אראפגעקומען קיין בלומינג גראוו צו באזוכן אין די הויפטקווארטיר פון די ״יו. דזשעי. סי.״.
עס האבן זיך דארט באטייליגט אלע אפיציעלע איינגעשטעלטע און באאמטע פונעם ווילעדזש און ווי אויך די עסקנים פון די יו. דזשעי. סי., די בלומינג גראוו פייער דעפארטמענט, און די בלומינג גראוו EMS און העסקן ר' יעקב אייזדארפער ני"ו דער אידישער ליעיזאן צום קאנגרעסמאן.
דער קאנגרעסמאן איז ערשינען נאך לאנגע חדשים ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט בכדי צו באקומען די גאר וויכטיגע פאנדינג פאר ״סיידוואלקס״ אינעם ווילעדזש און פאר נאך פארשידענע אנדערע פראיעקטן. ווי עס האט געהייסן, האט דער קאנגרעסמאן געברויכט צו ברענגען א גרענט פון א מיליאן דאללער, אבער דער קאנגרעסמאן איז געקומען מיט אן איבעראשונג ווען ער האט אנאנסירט אויפן פלאץ אז ער האט געשאפן פאנדינג פון איבער צוויי מיליאן דאללער צו אינסטאלירן ״סיידוואלקס״ אינערהאלב די ווילעדזש.
דער קאנגרעסמאן האלט אן דורכאויס דעם יאר גאר נאענטע באציאונגען מיט די ווילעדזש בעאמטע און מיט די יו. דזשעי. סי. עסקנים, ווי עס איז פארהאן א כסדר׳דיגע צוזאמענארבעט אויף פארשידענע ענינים און פראנטן. ווי אויך, דורכאויס דעם יאר איז שוין דער קאנגרעסמאן געווען אינעם ווילעדזש באזוכן עטליכע מאל אומאפיציעל איבער פארשידענע איניציאטיוון.
אבער אצינד, נאך וואס עס איז ערלעדיגט געווארן די גרויסע פעקל פון גרענט פאנדינג, איז דער קאנגרעסמאן געקומען צו פארן אויף אן אפיציעלע באזוך, מודיע צו זיין די גאר חשוב׳ע בשורה טובה אויף וואס מיר אלע תושבים קוקן ארויס.
ביי די זיצונג האבן אלע עסקנים געהאט א געלעגנהייט צו רעדן מיט דעם קאנגרעסמאן איבער פארשידענע צרכי ציבור על הכלל והפרט וואס עס פעלט זיך אויס דא אין שטאט. עס איז אויך אדרעסירט געווארן דורך די פייער דעפארטמענט און די EMS די גאר וויכטיגע באדערפעניש פונעם קארידאר אויף מאונטען ראוד און רוט 208, ווי עס איז נישט פארהאן קיין סעלפאון סערוויס און עפעס ברויך געטאן ווערן פון א פעדעראלע שטאפל, דורך די פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמישאן, זיכער צו מאכן אז דאס ווערט פארראכטן ווי אמשנעלסטנס. דער קאנגרעסמאן האט פארשפראכן זיך תיכף אריינצולייגן אין דעם נושא.
דער קאנגרעסמאן ארבעט אצינד אויף א גרענט פאר די בלומינג גראוו פייער דעפארטמענט, מיר וועלן ווי שטענדיג האלטן דעם ציבור אינפארמירט איבער די אנטוויקלונגען.
ובשם ד' נעשה ונצליח!



Discussion