שפרינג צום זייטן-מעניו שפרינג צום אינהאלט

סטאונגעיט ביזנעס צענטער פארקינג אפדעיט

WhatsApp
מאפע און פלאן פון די נייע פארקינג ערטער ביים סטאונגעיט ביזנעס צענטער אין סאוט בלומינג גראוו

אין די פארגאנגענע וואכן האבן די ווילעדזש באאמטע פארהאנדלט מיט די בעלי בתים פון די סטאונגעיט ביזנעס צענטער איבער דעם מאנגל פון פארקינג אצינד ביים צענטער, וואס כאטש מען האט צוגעשטעלט פארקינג בהרחבה, איז בעזהשי״ת די הצלחה פון דעם צענטער למעלה מן המשוער און עס איז נאך אלס נישט פארהאנען גענוג פארקינג.

אזויווי אין בלומינג גראוו איז ״פארקינג״ א "קוואליטי אוו לייף" פריאריטעט, האט מען ווידער פארהאנדלט און מען איז געקומען צו אן החלטה מיט די סטאונגעיט ביזנעס צענטער אז זיי וועלן אפדינגען א שטיקל פראפערטי פון די ווילעדזש און עס וועט ווערן צוגעשטעלט נאך פרישע 100 פארקינג ערטער פאר די טענענטס און קונדן פון די צענטער.

די ארבעט וועט בעזהשי״ת זיך אנהייבן ביז געציילטע וואכן, מיר וועלן האלטן דער עולם אינפארמירט מיט ווייטערדיגע אנטוויקלונגען.

UJC UJC