דעם פאַרלאָפענעם מיטוואָך וארא איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַ מיטינג דורך דעם ווילעדזש פּאַרק קאָמיסיע, וואו ס'איז באַהאַנדלט געוואָרן די ווייטערדיגע שריט איבער דאָס בויען און אויפשטעלן שפּיל פּאַרקס אויף די גאַסן פון אונזער שטאט, געאייגנט פאַר קינדער און זייערע עלטערן, איבערהויפּט אין די וואַרימע חדשים פון זומער.

ווי שוין געמאָלדן צווישן די שפאלטענעס פון דעם "שטימע" איז דורך די ווילעדזש באָורד נאָמינירט געוואָרן אַ באַזונדערע 'פּאַרק קאָמיסיע', אָנגעפירט דורך געטרייען ווילעדזש טראָסטי, הר"ר אשר זאב גוטמאַן הי"ו, קאמישאנער פון דעם פּאַרק קאמיסיע אינאיינעם מיט הר"ר שמעון עקשטיין הי"ו און הר"ר אורי דייטש הי"ו, וועלכע באַפאַסן זיך מיט דעם אונטערנעמונג פון בויען פרישע פּאַרקס צום באַנוץ פון די שטאָט איינוואוינער.

ביי דעם זיצונג איז אָנגעוויזן געוואָרן אַז לויט די אָריגינעלע פּלענער האָט מען שוין געזאָלט פאַראַיאָר בויען אַ פרישן פּאַרק דאָ אין שטאָט, און ס'איז שוין פאַקטיש געווען גרייט די פאנדינג דערפאַר, אָבער צום באַדויערן זענען קיינער פון די 'ווענדארס' - וועלכע האָבן אַריינגעגעבן זייערע 'ביד' פּעקעדזשעס - נישט נאָכגעקומען די נויטיגע זיין פאַרלאַנגען פאר אַ ווילעדזש פּאַרק, צ.ב.ש. די סעיפטי פאַר קינדער, ס'זאָל זיין OSHA באַשטעטיגט, און אַלע אַנדערע קאָמפּליצירטע פּראָצעדורן, וואָס צוליב דעם האָט מען נישט געקענט אָננעמען קיין אפפער און דאָס אָפּגעלייגט צום קומענדיגן סעזאָן.

אַצינד איז באַשטימט געוואָרן אַז מען וועט נאָכאַמאָל אַרויסשטעלן פרישע 'בידס', פאר די אויפבוי פון מערערע קלענערע פּאַרקס לענגאויס דעם ווילעדזש. צוגעפּאַסט פאַר יונגע קינדער, וועלכע זאלן האָבן די געלעגנהייט צו פאַרברענגען און שעפּן כוחות אויף די פרישע לופט מיט די געשמאַקע 'סטעיט אָוו די אָרט' פּלעי – גראַונד עקוויפּמענט, פאר זייער באַקוועמליכקייט און געשמאַק.

מען האָט דערביי דיסקוטירט די דעטאַלן, וואו די פּאַרקס זאלן ווערן סטאַנציאָנירט, און וויאַזוי עס זאלן זאל אָפּערירן דער פּראָצעדור פון נייע דעוועלאָפּמענטס וועלכע געבן אַראָפּ "פּאַרק לאַנד" און פאָנדינג צו אויפבויען די פּאַרקס, אַז דאָס געלט ווערט טאַקע ווערן איינקאַסירט און פאַרנוצט ריכטיג, פאר די תועלת פון די שטאָט איינוואוינער.

פאַר סיי וועלכע קאָמענטאַרן, באַמערקונגען אָדער הצעות אַנבאַלאַנגט די צוקונפטיגע פּאַרקס אין שטאָט, קען מען זיך שטענדיג פאַרבינדן מיט די געטרייע מעמבער פון דעם 'ווילעדזש פּאַרק קאָמיטע', הר"ר אשר זאב גוטמאַן הי"ו קאמישאנער, הר"ר שמעון עקשטיין הי"ו, הר"ר אורי דייטש הי"ו, וואָס וועלן נעמען אַלע באַמערקונגען ערנסט אין באַטראַכט, ובשם ה' נעשה ונצליח.

יְלָדִים וִילָדוֹת מְשַׂחֲקִים בִּרְחֹבֹתֶיהָ!