דעם פאַרלאָפענעם זונטאָג תרומה איז אויפגענומען געוואָרן מיט פרייד די גינסטיגע נייעס אַז ס'איז בשעה טובה ומצלחת אָנגעקומען אין שטאָט, די ערשטע שפּאָגל נייע באָס, וואָס וועט געטריי באַדינען די איינוואוינער, אינערהאַלב די ווילעדזש שאָטל סערוויס, וואָס וועט אָנהויבן אָפּערירן אין שוואונג אין דער גאָר נאָנטער צוקונפט.
אַצינד איז שוין אָנגעקומען די ערשטע באָס, און אויך די קומענדיגע באָס איז ערוואַרטעט אָנצוקומען ביז געציילטע טעג. די ווילעדזש שטאַב טוט אין די יעצטיגע טעג אויסשטאָפירן די באָסעס מיט אַלע נויטיגע באַקוועמליכקייט, מבית ומבחוץ, און מיט די פּעימענט מאַשינען, וכו. באַזונדער ווערט אַריינגעלייגט אַסאַך מחשבה צו פאַרענדיגן און אַראַנדזשירן די סקעזשולס צו די צוגענגליכקייט און פּראַקטישע באַנוץ פון אַלע איינוואוינער.
אין אַ באַזונדערע מעלדונג וואָס ווערט פארעפענטליכט אין די טעג, טוט די ווילעדזש זיך ווענדן צו תושבי עירינו המעטירה - די צוקונפטיגע שאָטל באַנוצער, אַז די איינוואוינער זאלן לאָזן הערן זייער מיינונגען און פערספעקטיוו, אַנבאַלאַנגט דעם סקעדזשול און אַנדערע שאָטל אַנגעלעגנהייטן, צו פאַרזיכערן אַז דער סערוויס וועט טאַקע דינען צו אַלעמענס פולקאָמע צופרידנהייט.
מען קוקט אַרויס אַז דער "ווילעדזש שאָטל" וועט בעז"ה שוין אָנהויבן פולשטענדיג פונקציאָנירן אין געציילטע וואָכן, לקראת דעם פרייליכן ימים טובים סעזאָן, הבאים לקראתינו לשלום. ובשם ה' נעשה ונצליח.
Discussion