קומענדיגע וואך פרשת וארא, וועט מען בעזרת השם יתברך ובשעה טובה ומצלחת אנהייבן די קאנסטרוקציע ארבעט אויף די אינטערסעקשאן צוצולייגן די נייע ליניע אויף רוט 208, עס איז ערווארטעט א פארמערטע אנוועזענהייט סיי פון קאנסטרוקציע ארבעטער, העווי עקוויפמענט און מאשינערי פאר דעם פראיעקט, וואס וועט צוברענגען א פארלענגערטע טראפיק.

עס איז ראטזאם צו נוצן דעם אלטערנאטיוון וועג דורך די פעדלער הילל/פראספעקט/קרעיגוויל/אלד מענשאן און מוזעאם ווילעזדש ראודס.

מיר האפן אז די פראיעקט וועט געענדיגט ווערן אין צייט און מען וועט בעזהשי״ת קענען אנהייבן נוצן די נייע ליניע, צו די צופרידנהייט און באקוועמליכקייט פון אלע רייזענדע.

ביטע אויספאלגן די אנווייזונגען פון די טראפיק קאנטראל איינגעשטעלטע ביים אינטערסעקשאן דורכאויס דעם פראיעקט.