די או. ענד אר. פירמע האט דערווייל נישט אנגעהויבן די ארבעט מיטן רוקן די שטאנגען מחמת פארשידענע ביוראקראטישע תירוצים אזוי ווי זענען גוט באקאנט. עס הייסט אצינד אז די ארבעט וועט "האפנטליך" געטון ווערן נעקסטע וואך.

דער ווילעזדש פראגרעסירט דערווייל מיטן פראיעקט, נעכטן דינסטאג איז פארגעקומען א פרי-קאנסטרוקציע מיטינג אויפן ארט מיט די סטעיט די. או. טי. און מיט די אינזשענירן און בעלי מלאכה איבערצוגיין די ענדגילטיגע דעטאלן פונעם פראיעקט.

די די. או. טי. מיטהאלטנדיג די שפעטיגונגען פון או. ענד אר. האט אויפן ארט געגעבן ערלויבעניש אנצוהייבן די ארבעט "בעפאר" די שטאנגען ווערן גערוקט.

צוליב די רעסטריקציעס פון די די. או. טי וואס ערלויבט נישט צו ארבעטן אויף סטעיט ראודס דורכאויס די חגאות סעזאן צו האלטן דעם טראפיק פלוס, הייסט אצינד אז די ארבעט וועט זיך בעזרת השם יתברך אנהייבן אנהייבן יאנואר.