היסטאָריע איז געשאַפן געוואָרן אין בלומינג גראָוו, דעם פארלאפענעם דינסטאָג, יום ג' שנכפל בו כי טוב, פּרשת יתרו העעל"ט, ווען אין אַ מזל'דיגע שעה האָבן זיך ברייט ערעפענט די טויערן פון דעם סאַמע – ערשטן סופּערמאַרקעט אין דער שטאָט, וואָס איז אויפגענומען געוואָרן מיט איבערגיסנדע כוואַליעס פון שמחה ביי די הונדערטער קינדער געבענטשטע פאַמיליעס, תושבי עירינו המעטירה.
אַ אידישע שטאָט אָן קיין גראָסערי...
דער טערמין "אַ גראָסערי אין אַ היימישע געגנט" הערט זיך אייגנטליך ווי אַ געווענליכע ערשיינונג וואָס איז גאָר קיין חידוש נישט, אָבער אידן אין בלומינג גראָוו ווייסן זייער גוט צו שעצן די באַדייט דערפון... שוין יאָרן לאַנג קוקן מיר, תושבי העיר, אַרויס אויף דעם טרוים, דעם חלום פון פאַרמאָגן אַ לאָקאַלע גראָסערי דאָ ביי אונז אין דער שטאָט, להחיות בהם נפש כל חי.

לאָקאַלע איינוואוינער האָבן זיך אַסאַך געמוטשעט דורכאויס די אַלע יארן, ווען יעדע גראָסערי פּראָדוקט וואָס מען האָט געדאַרפט וויכטיג האָבן, אפילו אַזאַ קלייניגקייט ווי אַ פלעשל מילך א.ד.ג. האָט געמיינט אַ 'טריפּ' אַריין אין דער 'ישיבת כרכים קשה' פון קרית יואל, וואָס האָט דאָס געדויערט מינימום צען מינוט אַ וועג, שוין אָן קיין טראַפיק... ווען רעדט נאָך ווען מען האָט זיך דערזען אין די אָוונט שטונדן אָדער אין די שפּעטע ערב שב"ק שעות בעפאָר דעם זמן אָן געוויסע וויכטיגע פּראָדוקטן, האָט דאָס באַדייט עגמת נפש, נישט האָבנדיג צו דער האַנט קיין געשעפט וואו צו איינקויפן די נויטיגע זאַכן.
דאָס איז אין צוגאָב צו די קאָסטן פון טעקסיס און גאַז, און די שעות פון איבעריגע צייט וואָס מען האָט פאַרשפּילט אויף די וועגן צו איינהאַנדלן איינפאַכע טאָג – טעגליכע געברויכן. מען וואַרט שוין אַזוי לאַנג מיט האָפענונג און ערוואַרטונג אויף דעם טאָג ווען מען האָט האָבן אַן אייגענע היימישע סופּערמאַרקעט וואָס זאָל סערווירן די איינוואוינער צוגענליך און לאָקאַל.

דער כח האחדות ועסקנות ברענגט די געבענטשטע רעזולטאַטן
ווילאַנג דער ווילעדזש איז געפירט געוואָרן דורך אַ פיינטליכע ווירטשאַפט איז אינגאַנצן נישט געווען קיין רעדע פון אַזאַ זאַך. ס'איז געווען זעלבסט פאַרשטענדליך אַז סיי וועלכע אידישע געשעפט אָדער סערוויס וועט נישט ווערן טאָלערירט דורך די געוועזענע באַהערדע. אָבער אויך נאָכדעם וואָס דער כח האחדות פון בלומינג גראָוו האָט אַזוי נאָבל געזיגט און אַריינגעברענגט אַ פרישע סימפּאַטישע אַדמיניסטראַציע האָט מען זיך אָנגעשטויסן אין נישט ווייניג שטרויכלונגען דורך די טרויעריג באַרימטע העצער וואָס האָבן געטון אַלעס אין זייער דיספּאָזיציע צו שטערן די עטאבעלירונג פון אַזאַ סופּערמאַרקעט.
דאָס האָט מען מיטגעהאַלטן באלד נאָכדעם וואָס די אייגנטומער האָבן אָפּגעקויפט דעם שטח ביים ווינקל פון מענגין רד. דאָרט צו אַהערשטעלן דעם פּרעכטיגן סופּערמאַרקעט, האָבן די העסליכע עלעמענטן באַלד אָנגעהויבן אַ העצע אין די מידיאַ אַז אויף דעם פּראַפּערטי זיצט אן אַלטע הויז וואָס איז אַ טייל פון די היסטאָריע אין בלומינג גראָוו, וואָס דעריבער ברויך דאָס פּרעזערווירט ווערן און מען טאָר דאָס נישט אַראָפּוואַרפן...
דאָס האָט נאָכגעפאָלגט אויך שפּעטער דורכאויס די גאַנצע צייט, ווען ס'איז אונטערגעשטעלט געוואָרן פיסלעך אויף טריט און שריט, און די רעגירונג אַגענטורן זענען אַלאַרמירט געוואָרן איינמאָל און נאָכאַמאָל, מיט איין ציל, צו שטערן דעם וואוקס פון דער אידישער שטאט פאר יעדן פּרייז.
אָבער ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים! במשך די תקופה זענען עס געווען די געטרייע שליחי הציבור, די היימישע פאַרטרעטער אינעם ווילעדזש און די געהילפן צום מעיאָר, וועלכע זענען געשטאַנען אויפ'ן פראָנט מיט אן איבערמידליכע געטריישאַפט, צו פאַרזיכערן אַז בלומינג גראָווער אידן ווערן נישט באַקריוודעט מיט זינלאָזע מסירות און אָנקלאַגעס. אומצאָליגע שעות און ענדלאָזע כוחות איז פאַרנוצט געוואָרן צו באַגלייטן דעם פּראָיעקט, מהחל ועד כלה, צו פאַרשטילן די העצער און צו אַרבעטן אינאיינעם מיט די רעגירונג אינסטאַנצן צו אָנצייגן און פאַרזיכערן אַז אַלעס ווערט געבויעט הונדערט פּראָצענט לעגאַל און געזעצליך.

זה היום עשה ה' נגילה; די פריידיגע חנוכת הבית
שוין לאַנגע וואָכן וואָס תושבי העיר האַלטן מיט פון דער נאָנט די בוי – אַרבעט, ווען דורכרייזנדיג דעם מענגין גאס האָט מען מיט אַן ערוואַרטונג באַטראַכטן די גאַלאָפּירנדע פאָרשריט, וויאַזוי פון אַ ליידיגן שטח וואַקסט אַרויס אַזאַ פּרעכטיגן צענטער וואָס האָט זיך גערוקט פאָראויס ממש טאָג טעגליך מיט אַ שנעלן אימפּעט, און איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אַלס דער געשפּרעך ביי אַלעמען, יונג און אַלט, וואָס האָבן באַגלייט די אַנטוויקלונגען מיט אויסנאַמליכע עקסטאַז.
ווי גרויס איז דעריבער געווען די פרייד ווען ס'איז אָנגעקומען דער אַזוי לאַנג – ערוואַרטעטער טאָג, דינסטאָג יום שנכפל בו כי טוב יתרו, ווען דאָס אומגלויבליכע האָט פּאַסירט, די גיגאַנטישע און הערליכע "מינטליעף" סופּערמאַרקעט האָט געעפענט אירע טויערן מיט אַזאַ פראַכט און רחבות.
במשך אַלע שעות פון דעם טאָג, און אויך די קומענדיגע טעג, האָט די ריזיגע "מינטליעף" סופּערמאַרקעט און די גאַסן אַרום איינפאַך געווירבלט און געזשומעט מיט דעם געווירבל פון תושבי העיר, וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט דער חנוכת הבית און געניסן פון די הויכע סערוויס און אויסוואַל וואָס דער געשעפט טוט פּרעזענטירן.
אונזער שטאט געדענקט שוין לאַנג נישט אַזאַ סאָרט יום טוב'דיגע שטימונג. מען האָט געזען מענטשן דרייען זיך אַרום צווישן די גראָסערי 'איילס' מיט אַ שמייכל אויפ'ן געזיכט. ס'איז געווען אויף אַלעמען אויסגעגאָסן אַ קענטיגע הנאה און צופרידנהייט. עלטערן האָבן געברענגט זייערע קינדער צו זען דעם וואונדער... און גאַנצע פאַמיליעס זענען געקומען אינאיינעם מאַכן זייער "שבת אָרדער", צום ערשטן מאָל אויפ'ן בלומינג גראווער באָדן... איבערהויפּט אַז דאָס גאַנצע געשעפט איז איינגערישט אַזוי באַקוועם און רחבות'דיג.
אין עוד מלבדו!
עקסטער באגריסנד איז געווען דער קבלת פנים וואס ווארט אפ דעם ציבור ווען פארנט פון געשעפט אויף א פראמינענטן מקום לייכט און שיינט אראפ די דריי ווערטער וועלכע זענען שגור בפי כל תושבי עירינו המעטירה און טוען באגלייטן אונז אלע איינוואוינער "בלומינג גראוו באחדות" דורכאויס אלע מצבים לטב ולמוטב: אין עוד מלבדו!
דערהויבענער מסיבת לחיים מיט ראשי העיר
דינסטאָג אין די אָוונט שטונדן איז געפּראַוועט געוואָרן אַ באַשיידענע מסיבת לחיים לרגל דעם חנוכת הבית, מיט דער השתתפות פון הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד ישמח משה. דער רב שליט"א האָט געטרונקן לחיים און מען האָט זיך אַרויסגעלאָזט אין אַ געהויבענעם טאַנץ, אינאיינעם מיט'ן אייגנטומער הר"ר יואל ראָטה הי"ו, און די געטרייע ראשי העיר, די מיטגלידער פון דעם ווילעדזש, פּלענינג און זאונינג באָורדס, פאר וועמען ס'איז בשעת מעשה אויסגעדרוקט געוואָרן אַ טיפע הכרת הטוב פאר זייער אומגלויבליכע אַרבעט און הילף אַז מען זאָל דערלעבן דעם מאָמענט אין אַ מזל'דיגע שעה.


בלומינג גראָוו וואַקסט און בליעט לשם ולתפארת!
די ערעפענונג פון דעם גראַנדיעזן "מינטליעף" סופּערמאַרקעט הייבט ווירקליך אן אַ שפּאָגל נייע עפּאָכע אין דער עיר ואם בישראל בלומינג גראָוו המעטירה. עס האָט אַראָפּגעשטעלט א פרישע געבענטשטע ווענדפּונקט לטובה אין אונזער באַליבטע היימישע שטאט וואָס בויעט זיך לשם ולתפארת, מיט אַלע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע צרכי ציבור לשם ולתפארת. "הָלוֹךְ וְגָדֵל עַד כִּי גָדַל מְאֹד"! הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!
פון אַלע זייטן הערט מען ווירקליך פריינטליכע באַגריסונגען פון צופרידענע איינוואוינער און קליענטן וואָס קענען נישט גענוג אויסדרוקן זייער באַגייסטערונג פון דעם 'שאַפּינג ערפאַרונג' אין דעם שפּאָגל נייעם צענטער, וואו ס'איז במשך די וואָך אַרויסגעשטעלט געוואָרן אַ רייע פון ווערטפולע געשאנקן און גאָר צוגענליכע "ספעשלס" אויף אַ צאָל פּראָדוקטן, לכבוד די ערעפענונג פונעם סופּערמאַרקעט.
איבערהויפּט ווערט באַגריסט דער פאַקט אַז די הערליכע סופּערמאַרקעט איז געבויעט און אַהערגעשטעלט געוואָרן נוצנדיג היימישע סופּלייער און פירמעס, און אויך אַצינד איז דאָס אַ קוואַל פון פּרנסה פאר היימישע אינגעלייט וועלכע באַדינען די קאָסטומער מיט אַ גאָלדענע סערוויס. וואָס איז אַ געוואַלדיגע הילף צו בויען און הייבן די לאָקאַלע עקאָנאָמיע, וממנו ילמדו וכן יעשו.
די ריכטיגע דאנק גייט פאר דעם כח האחדות פון אַלע תושבי העיר צוגלייך!
דורך דעם אייגנטומער, הר"ר יואל ראָטה הי"ו, איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן אן אָפיציעלע דאַנק בריוו וואו ער דרוקט אויס זיינע לויב געפילן צו די געטרייע אישי הציבור, די ראשי העיר אינערהאַלב די ווילעדזש באָורדס, וועלכע האָבן אים באַגלייט מיט אן אומבאַשרייבליכע געטריישאַפט פון דער ערשטער מינוט, מיט ענדלאָזע כוחות, צייט, און אַקטיווע שתדלנות לאורך כל הדרך על כל צעד ושעל, זיך שטעלנדיג אויף די פראָנט ליניעס, אַריינצונעמען אַלע סאָרט 'חצים ובליסטראות' און צו אָפּשלאָגן די נאָכאַנאַנדע שטערונגען וואָס איז אונטערגעשטעלט געוואָרן, ביז מען האָט דערגרייכט אַזאַ הצלחה בעזר ה'.
ווי ס'ווערט ריכטיג אָנגעוויזן אין דעם בריוו קומט די ריכטיגע קרעדיט פאר אַלע תושבי העיר צוגלייך. ווייל דאָס איז אַמאָל זיכער אַז די יעצטיגע אַנטוויקלונג איז אַ דירעקטע רעזולטאַט פון דעם הערליכן "כח האחדות" און דעם פאַראייניגטן "כח הציבור", פון אַלע תושבי העיר משפּחה ומשפחה, איש וביתו, וועלכע זענען אַרויסגעקומען בהמוניהם יעדעס מאָל ווען ס'האָט זיך געפאָדערט צו דורכפירן גינסטיגע טוישונגען אין די שטאָט ווירטשאַפט. איינמאָל און נאָכאַמאָל האָט מען פאַרשטאַנען דאָס אחריות פאר אונזער אייגענע שטאט; מען האָט מחזק געווען די שליחי הציבור; מען איז געשטאַנען אין די רייעס ביי די שטום בודקעס און מען האָט אונטערגעשריבן די נויטיגע דאָקומענטן ווען אימער עס האָט זיך פאַרלאַנגט. אָט דאָס אַלעס האָט געפירט צו דעם היסטאָרישן אַנטוויקלונג אין אַזאַ רעקאָרד קורצע צייט! בלויז אַדאַנק די געטריישאַפט, די מיטאַרבעט און פאַרשטענדעניש פון יעדן איינוואוינער, מיט דעם הערליכן כח פון אחדות ושלום, כה יתן ה' וכה יוסיף!
"שוב"ע" באַגריסט הערליכע נדבה למען משפּחות תושבי העיר
וכמים פּנים אל פּנים איז אין די טעג אַרויסגעשטעלט געוואָרן אן אָפיציעלע באַגריסונג דורך די קופּת העיר, די הייליגע "שוב"ע" אָרגאַניזאַציע, ע'ונג ש'בת ו'יום טוב ב'לומינג גראָוו, אונטער די פירערשאַפט פון דער יו. דזשעי. סי. פאראיין, וועלכע באַדאַנקן זיך פאַר'ן אייגנטומער, הר"ר יואל ראָטה הי"ו, וואָס טוט שוין עטליכע יאָר ערמעגליכן די רחבות'דיגע "קיופּאַן" פּעקעדזשעס, אין די ערבי ימים טובים, פאר אַלע תושבי העיר, און איז אַצינד אַרויף מיט אַ שטאַפּל ווען מיט זיין לב טוב איז ער אַקעגנגעקומען די עסקני הקופה מיט דער הערליכער נדבת הלב, די פאַנטאַסטישע סומע פון 20,000! דאָלער, צו ספּאַנסערן די ערשטע וואָכן פון דעם גרויסאַרטיגן פּראָגראַם, צו פאַרטיילן ברייטהאַרציגע עסן פּעקלעך מיט אן הרחבה פאר תושבי העיר מדי שבת בשבתו, מיט'ן גרעסטן דרך כבוד ובהצנע לכת! אשרי חלקו ומה טוב חבלו!

***
"שוב"ע" גייט אריין אין שוואונג בדחילו ורחימו
ערב שבת קודש משפטים שקלים איז ווירקליך דער נייער "שוב"ע" איניצאטיוו אריין אין גאנג, עס איז געווען אן ערהאבן בילד צו זען ווי דער חשוב'ער דעפיוטי מעיאר כהן שדעתו יפה הרה"ח ר' אברהם משה ווייס הי"ו דער מנהל פון קופת העיר אנקומען אין דעם "מינטליעף" סופערמארקעט אינאיינעם מיט שותפיו לדבר מצוה די חשובע טראסטיס ר' יצחק פעלדמאן הי"ו און ר' לייב ראזנער הי"ו צו זיין די מתחילים במצוה און בטירחא דגופא פאקן די ערשטע שבת פעקלעך לשוב"ע ולא לרזון.
דער דעפיוטי מעיאר ר' אברהם משה האט זיך נישט באגנוגנט נאר מיט דעם נאר הוזיל מעות מכיסו און ער האט אויך אויסגעצאלט די ערשטע שבת פעקלעך אויפן אקאונט להשתתף בגוף ובממון להניח ברכה בתוך עירינו המעטירה!



***
בלומינג גראווער איינוואוינער וואונטשן ווירקליך מיט'ן גאַנצן האַרץ פאַר'ן אייגנטומער, הר"ר יואל ראָטה הי"ו, אַ ברכת צלח ורכב, כה יתן ה' וכה יוסיף, צו באַגלייט ווערן מיט אַסאַך הצלחה און סייעתא דשמיא אין דער געבענטשטער אונטערנעמונג, בזה השער לא יבא צער, בזאת הדלת לא תבוא בהלה, בזה המקום תהי ברכה ושלום, ובכל אשר יפנה ישכיל ויצליח, והוא ישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו מיט דעם אלעמען באקאנטן אויסדרוק און סלאגאן וואס באַגלייט אונזער שטאט: אין עוד מלבדו, ובשם ה' נעשה ונצליח!
Discussion