א גייסטרייכער מסיבת מרעים ומעמד הכרת הטוב איז דעם פארלאפענעם זונטאג ויגש העעל"ט געפראוועט געווארן בשבת אחים גם יחד, אין די הויפטקווארטירן פון די 'יו. דזשעי. סי.' אפיסעס, וואס האט געדינט אלס א פאסיגע אוונט פון הוקרה ושבח פאר די צענדליגער געטרייע אינגעלייט, שכינים וידידים, וועלכע זענען צו יעדער צייט בייהילפיג פאר תושבי העיר בכל לב ונפש.
דורכאויס דאס יאר ווערט טאקע אפגעהאלטן די מאנאטליכע מיטינגען אינערהאלב די 'ווילעדזש באורד', אזוי אויך קומען פאר רעגלסמעסיגע זיצונגען דורך די 'יו. דזשעי. סי.' באורד און באזונדער קומען זיך אויך צונויף די ביידע באורדס עטליכע מאל אין יאר, צו דוסקוטירן אנגייענדע פראיעקטן און זיך אויסשמועסן בעצה ותושי' פאר דער ווייטערדיגער פראגרעס פון אלע פולזייטיגע פראיעקטן לטובת הכלל והפּרט.
אבער אין צוגאב דערצו, קומט מען זיך צונויף איינמאל אין יאר צו א יערליכע 'מסיבת הכרת הטוב', וואו ס'ווערט אפגעגעבן די הכרת הטוב פאר די געטרייע עסקני הציבור, וואס לייסטן אזויפיל פון זייער צייט און פלאג פאר די וואוילזיין פון דעם ציבור. להביע רננות בעד מפעלם!
צו דער באשטימטער צייט, נאָכ'ן דאווענען אינאיינעם תפלת מנחה וערבית, האט מען זיך געזעצט צו די רייך-געדעקטע טישן וואו עס האבן זיך באטייליגט אלע ערוויילטע ווילעדזש באורד מיטגלידער, דער מעיאר און דעפיוטי מעיאר, דער ווילעדזש אטורני, אינאיינעם מיט די ערוויילטע 'יו. דזשעי. סי.' רעפרעזענטאטן פון אלע געגנטער בתוככי העיר.
באזונדער זענען געווען אנוועזנד די אלע געטרייע אישי הציבור וואס זענען עוסק בצרכי ציבור באמונה אלס מיטגלידער אינערהאלב די 'פלענינג באורד', 'זאונינג באורד', 'פארקס קאמישן', 'דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע' און אנדערע ווילעדזש פונקציעס, אינאיינעם מיט עסקני העיר וועלכע שטייען שטענדיג צוהילף פאר די איינוואוינער, בכל עת מצוא, מיט אזא איבערגעגעבנקייט און ענערגיע.
עס איז ברייטהארציג סערווירט געווארן ווארימע דעליקאטן און לייכטע געטראנקען, להחיות בהם נפש כל חי, ווען אין אַן אנגענעמער אטמאספערע האט מען פארברענגט צווישן זיך. ווי שיין איז טאקע געווען דאס בילד, זעהנדיג ווי עס זיצן אינאיינעם געטרייע אידישע ברידער וועלכע זענען פאראייניגט פאר'ן זעלבן ציל, פאר דעם עתיד פון אונזער באליבטע שטאט, וואו אידן זאלן קענען וואוינען מיט הרחבת הדעת, ארומגענומען מיט אן ערליכע הייליגע סביבה.
די נאבעלע מסיבת מרעים איז גלייכצייטיג געווען משולב מיט א מעמד סיום מסכת כתובות וואס איז געלערנט און געענדיגט געווארן דורך הרבני מו"ה יצחק פעלדמאן הי"ו, ווילעדזש טראסטי, וועלכער האט אויפ'ן ארט געמאכט דעם 'הדרן' און מכבד געווען מיט 'אמירת קדיש' הרבני הנכבד מו"ה אברהם משה הכהן ווייס שליט"א, ווילעדזש דעפיוטי מעיאר.
דאן האט מען געהערט פאסיגע אויפטריטן פון עטליכע עסקני העיר וואס האבן ווארעם באגריסט די פארזאמלטע און אפגעגעבן מעומק הלב דעם אנערקענטן 'הכרת הטוב' פאר אלעמען. מען האט דערביי ארויסגעהויבן די פעולות לטובה וואס איז ב"ה געטון געווארן בלויז אין די לעצטע תקופה און עס איז אויסגעשמועסט געווארן בתוך רבים די וויזיע פאר דעם קומענדיגן יאר, וואָס וועט בעז"ה עררייכט ווערן מיט די אחדות'דיגע צוזאמענארבעט פון אלע עסקנים, וואס איז דער גרעסטער יסוד פאר די הצלחה, צו גיין מחיל אל חיל.
ונתנו ידידים זמירות שירות ותשבחות! א לענגערע צייט האט מען אינאיינעם פארברענגט געשמאק מיט 'שעות של קורת רוח', וואו מ'האט זיך גלייכצייטיג אויסגעשמועסט נויטיגע פונקטן וויאזוי צו נאכמער אויפטון, נאכמער צו פארברייטערן, ערלעדיגן און דורכפירן וויכטיגע טעמעס, להרבות פעלים ולהרחיב גבולי הקדושה אויף פארשידענע אספעקטן כאיש אחד בלב אחד, מיט אן ערווארטעטע הצלחה פונקט ווי ביז היינט, וחפץ ה' בידינו יצליח.
די גייסטרייכע אוונט האט ב"ה געדינט דעם ריכטיגן ציל; מחד גיסא ארויסצוהייבן דעם ריכטיגן "הכרת הטוב" און געפילן פון שעצונג פאר די עוסקים בצרכי ציבור באמונה, און בחדא מחתא צו פארשטארקן דעם קעגנזייטיגן "קשר אמיץ" צווישן די טייערע עסקנים, צו ממשיך זיין מיט די פעולות החסד לטובת אלע בני העיר, ובשם ה' נעשה ונצליח!
למען צדקם, יגדיל ויאדיר


Discussion