דעם פארגאנגענעם שבת בהר האבן מיר געהאט די זכי׳ אז כ״ק מרן אדמו״ר מ׳צאנז זמיגראד שליט״א איז ארויסגעקומען צו זיין דא בקרב חסידיו ומעריציו, וואס איז יעדן באקאנט ווי דער ציבור קוקט ארויס אויף יעדע מאל וואס די רבי שליט"א טוט וויילן דא אין שטאט.
עס זענען זיך צוזאמגעקומען דורכאויס דעם שבת א הערליכער ציבור זיך צו באטייליגן ביי די טישן און די תפילות, אבער דער הויכפונקט פונעם שבת איז געווען מוצש״ק, ביי דעם יערליכן מעמד ההדלקה, וואס איז שוין אזוי באליבט און באקאנט ביי די תושבים דער הערליכע מעמד בקרב רבתי עם, כולם נקבצו באו לך, אלע תושבי העיר און ווי אויך הונדערטער געסט פון די דרויסנדיגע געגנטער וואס קומען שטענדיג צופארן, זענען זיך אצינד נאכאמאל צוזאמגעקומען לפונדק אחד אנשים נשים וטף צו מיטהאלטן דעם דערהויבענעם מעמד לכבוד התנא האלוקי בצילא דההימנותא.
די רבי ווי יעדע יאר, האט אראפגעלייגט אן עבודת הקודש מיט א התרוממות עילאה, ווען דער גאנצער ציבור כאיש אחד בלב אחד האנט-אין-האנט טאנצט מיט א שמחה וחדוה בעוז ותעצומות ווען יעדער איינער שעפט חיזוק און נחת דקדושה.
נאך דעם מעמד, איז דער רבי אריינגעקומען להיכלו בבית המדרש פירן די סעודת דוד מלכא משיחא משולב צוזאמען מיט די סעודת הילולא דר׳ שמעון בר יוחאי.
דער רבי האט אנגעוואונטשן דעם ציבור מברכותיו הטהורות און מחזק און מעורר געווען טאקע צו גיין אין די וועגן פונעם הייליגן תנא אלוקי ר׳ שמעון בר יוחאי.
צו די זעלבע צייט, האבן מיר אויך געהאט די זכי׳ אז כ״ק מרן אדמו״ר מ׳וויזניץ וויליאמסבורג שליט״א איז ארויסגעקומען צו זיין בקרב תלמידי הישיבה, וואס דאס איז א מעמד וואס קומט פאר צוויי מאל א יאר, איינמאל פער זמן, ווי דער רבי שליט״א קומט ארויס זיך מסתופף צו זיין און מיטלעבן מיט די בחורי הישיבה, תלמידיו הקרויים בנים.
דער באזוך האט זיך שוין אנגעהויבן דאנערשטאג נאכמיטאג מיט א דערהויבענע ליל שישי און דאן די הכנות פון ערש״ק, ווי די רבי זיצט צוזאמען מיט די בחורים און לערנט פאר שיעורים וחיזוק ומוסר מיט דעם מסורות׳דיגע "זיץ" ערב שבת, בהכנת שבת בלימוד התורה. ווי אויך האט די רבי פארגעלערנט א שיעור צווישן מנחה און קבלת שבת.
אויך זענען זיך צוזאמגעקומען איבער הונדערט געסט פון ארומיגע געגנטער צו וויילן דא, צו קענען מיטהאלטן דעם שבת בחצר קהל תורת מרדכי וויזניץ, צוזאמען מיט'ן רבי'ן שליט״א.
די בחורי חמד און די חסידים ומעריצים האבן געשעפט פיל חיזוק ביי די שיעורים, תפילות און די געהויבענע טישן און כמים פנים אל פנים לעומתם ברוך יאמרו
בני היכלא דמלכא.

Discussion