אין די איצטיגע וואכן, ווען די חנוכה טעג און להבדיל די חאגע סעזאן טוען אויסקומען צו דער זעלבע צייט, ווערן די פאליטישע קשרים אויסגעניצט צו פארשטערקערן די באציאונגען מיט די גאווערנמענט פירערשאפט אויף וועם מיר זענען אנגעוויזן איבערן יאר פאר אן אוזן קשבת פאר די שטאט לטובתנו ולהנאתינו.
ווי אין די פארגאנגענע יארן, זענען די ווילעדזש באאמטע געווארן איינגעלאדנט צו אנטיילנעמען ביי פארשידענע פארזאמלונגען און מסיבות, מיט די הויכראנגיקע פאליטישע פיגורן פון ניו יארק סטעיט.
צווישן די פארזאמלונגען, איז פארגעקומען א גאר ערהאבענע באזוך ביי גאווערנאר האקול יר"ה אין די עקזעקיוטיוו מענשאן אין אלבאני, ווי די באאמטע האבן זיך געטראפן מיט פירערס פון אלע אידישע גרויסע מוניציפאליטעטן, און געגנטער, מיט וועם דער ווילעדזש טוט שטענדיג אנהאלטן א שטארקע צוזאמנארבעט און קשר, ווי מען העלפט זיך כסדר ארויס איינעם דעם צווייטן, בעצה ותושיה על כל צעד ושעל.
די גאווערנאר האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער, ווי זי האט ארויסגעברענגט איר שטארקע שטיצע פאר די אידן אין ניו יארק סטעיט, ספעציעל יעצט אין דעם שווערן מצב בארצינו הקדושה, די גאווערנאר האט זיך פארפליכטעט ווייטער זיכער צו מאכן אז די זיכערהייט און סעיפטי פון די חדרים/שולעס, בתי מדרשים און געגנטער זענען אויף די העכסטע פריאריטעט ביי די סטעיט אגענטורן, און ווי אויך האט זי פארשפראכן פרישע רונדעס פאנדינג פאר סעקיוריטי איניציאטיוון פאר די אידישע קאמיוניטיס איבער די סטעיט.
אויך האט די גאווערנאר באדאנקט אלע הצלה ארגאניזאציעס און וואלונטירן, הרב יחיאל קאליש ני"ו דער פארזיצער פון די צענטראלע חברה הצלה אין ניו יארק סטעיט, האט אויפגעטרעטן מיט טרעפליכע דיבורים צום געלעגנהייט.
די עסקנים האבן נאכער געהאט, יעדער באזונדער, איטליכע מינוט צו רעדן צום גאווערנאר פריוואט בנוגע ספעציפישע אנגייענדע אישוס און צרכי ציבור.
דער עולם האט פארלאזט דעם אווענט מיט גוטע געפילן און וואונטשן, און צו ווייטער אנהאלטן די קשרים לטב ולמוטב להרחיב גבולי הקדושה.
לב מלך ושרים ביד השם!
Discussion