העלדישע פייער וואלונטירן גייען אריבער טרענירונגען אין 'לעבעדיגע' סצענעס, אויפשפילנדיג אקטיווע פייער-הילף רופן און עקסידענטן ה"י, צו זיין גרייט מיט די מכשירים און עקספערטיז על כל צרה שלא תבוא



אריבערפארנדיג אויפן רוט 208 נעבן מאונטען ראוד, באמערקט מען א נייע שילד אויף א וועג וואס פירט אריין צו א ריזן שטח, וואס מעלדט איבער אן אקטיווע 'טרענירונג באזע' פאר די ווילעדזש פייער דעפארטמענט.
דער ריזיגער שטח איז אויסגעשטאט מיט א רייע איינריכטונגען וואס די ווילעדזש באאמטע און די טשיפס פון די פייער דעפארטמענט האבן דאס געזען אלס א ריכטיגע פלאץ אוועקצושטעלן די אזוי וויכטיגע טרענירונגען, כדי צו קענען ווירקליך אויסשפילן לעבעדיגע סצענעס און געבן פאר די וואלונטירן דעם עכטן געפיל און די נויטיגע עקספערטיז.
די טרענירונג גראונדס זענען צוגעשטעלט געווארן דורך הרבני הנגיד מו"ה ר' אברהם יצחק בראך הי"ו העומד מוכן ומזומן בעל עת ועונה לכל קדשי בלומינג גראוו, וועלכער האט געשאנקען א 50 אקער פראפערטי דורכצופירן אלע וויכטיגע טרענירונגען.
איינס פון די שטארקע מעלות פונעם פייער טרענירונג פעסיליטי איז די געביידע. א געבוי פון עטליכע שטאק מיט קארידארן וואס איז שוין ארויס פון באנוץ פאר א שיינע פאר יאר, וואס איז ממש פאסיג און אקוראט אהערגעשטעלט פארן צוועק פון טרענירונגען. דאס גיט פאר די וואלונטירן וויכטיגע לעבעדיגע ביישפילן און עקסערסייזעס וויאזוי זיך אראפצולאזן פון ברענעדיגע געביידעס, שניידן שיפע דעכער, אריינדרינגען אין פארהאקטע צימערן, אויפשניידן ווענט און באפרייען פארכאפטע.
דער טרענירונג פראיעקט איז גענומען געווארן עטליכע שטאפלען העכער דורך די פייער באאמטע אין בעפארגרייטונג צום פארנומענעם זומער סעזאן המשמשים ובאים, ווען עס מאכן זיך אפטער הילפס-רופן ה"י, וואס ביז היינט האט מען געברויכט אויסווארטן די שלאבערישע באהאנדלונג פון די אלגעמיינע פייער פארוואלטונג אין די געגנט.
עס האבן זיך געמאכט לאורך הדרך קריטישע סצענעס וואו סעקונדעס שפילן א קריטישע ראלע און יעדע מינוט און יעדע ריר מאכט א חילוק בין מות לחיים. דעריבער האט זיך ארויסגעשטעלט די וויכטיגע נויט פאר היימישע וואלונטירן אויפצובויען זייער עקספערטיז אויך אינעם פעלד פון עקסידענטן ה"י אויפן העכסטן אופן שייך, צו קענען זעלבסטשטענדיג רעספאנדן פלינק מיט הארץ, און שטיין גרייט אויף יעדע פאל.
דערפאר האט די ווילעדזש פייער דעפארטמענט געלאזט אין קראפט א פאקטישן און גוט-אוועקגעשטעלטן טרענירונג צענטער, וואס שטייט געאייגנט בלויז פאר דעם צוועק דורכצופירן פילצאליגע עקסערסייזעס אויסצושארפן די עקספערטיז פון די געטרייע וואלונטירן פון די לאקאלע פייער דעפט.
אלס טייל פון די אנגייענדע טרענירונגען, האט מען זיך אין די יעצטיגע טעג צוזאמגענומען מיט די מאנסי פייער דעפארטמענט וואלונטירן, וואו מען האט דורכגעפירט געמיינזאמע עקסערסייזעס, וואס נעמט אריין ספעציעלע מאנעוורעס פון אויפשניידן די דיקע אייזערנע טירן פון א קאר, צו וויסן גענוי וואו און וויאזוי צו שניידן אין בליציגע שנעלקייט אן שעדיגן די פאסאזשירן. דאס איז א גאר קאמפליצירטע פראצעדור וואס נעמט אסאך צייט אויפצובויען די עקספערטיז דערין עס צו קענען דורכפירן שנעל און פלינק.
די טרענירונגען אויף געשעדיגטע אויטאמאבילן נעמען אויך אריין דאס זיך באנוצן מיט גאר קאמפליצירטע מכשירים און טעכניקן דאס דורכצופירן סוקסעספול בעז"ה, אין בליציגע שנעלקייט אונטער פרעשור.
דאס איז די ערשטע פון א סעריע פון פילע טרענירונגען אוועקצושטעלן דעם דעפארטמענט אויפן העכסטן שטאפל בעז"ה אין יעדן הינזיכט, צו זיין גרייט אויף יעדע רוף עס זאל זיך נישט מאכן.
שמועס