דעם פאַרלאָפענעם דינסטאָג בא העעל"ט, איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן נאָך אַ פראגרעסיווע זיצונג דורך די אַקטיווע DOT קאמיסיע פון דעם ווילעדזש אָוו סאוט בלומינג גראָוו, אונטער די פירערשאַפט פון דעם קאמישאנער הר"ר לייב ראָזנער הי"ו טראסטי, אינאיינעם מיט הר"ר יעקב חיים כ״ץ הי"ו און הר"ר אברהם אבא גרינהוט הי"ו, וועלכע האָבן באַהאַנדלט די לעצטע אַנטוויקלונגען, זינט מען האָט ערלויבט די נייע זאָונינג קאָוד אין דעם ווילעדזש, וואָס האָט געברענגט פילע פרישע אַפּליקאַציעס פון איינוואוינער וועלכע ווילן רענאָווירן און אויסברייטערן זייערע הייזער לויט די נייע רעגולאַציעס.

ס'איז דערביי איבערגעשמועסט געוואָרן די וויזיע פון דעם DOT קאמיסיע צו אויסברייטערן אַלע ראָודס פון דעם ווילעדזש, אַז אַלע ראָודס זאלן זיין 37 פיס ברייט אין צוגאָב צו באַקוועמע סיידוואָלקס און עלעקטערישע באַלייכטונגען, וואָס וועט ערמעגליכט ווערן דורך אַ באַשטימטע אָפּצאָל פון דעוועלאָפּער וועלכע בויען הייזער אויף די גאַסן פון דעם ווילעדזש.

אַזאַ פּראָיעקט מוז געטון ווערן שטאַפּלווייז, גאס נאָך גאַס, דורך פאַרזיכערן אַז די פאָנדן ווערן טאַקע איינקאַסירט ריכטיג און יושר'דיג, און ווי נאָר ס'איז דאָ דאָס געלט פאר אַ געוויסע גאס אָדער געגנט הייבט מען אן דורכפירן די אַרבעט אין די ספּעציפישע געגנט, צו אינסטאָלירן גאַסן באַלייכטונגען און סיידוואָלקס, צו דער צופרידנהייט פון אַלעמען.

דאָס זעלבע האָט מען באַהאַנדלט אַ רייע פון פּראָיעקטן וואָס וועלן אונטערגענומען ווערן אין דער נאָנטער צוקונפט. אַ שטייגער ווי דאָס אויסברייטערן מענדזשין רד. און אויסגראָדן די גאס אונטן ווי עס קומט זיך צוזאם מיטן רוט 208 פארנט פון "מינטליעף" סופערמארקעט. אַזוי אויך די שריט וואָס איז אַצינד אין די ערנסטע פּלאַנירונג פאַזעס צו אויסברייטערן דעם צענטראַלן 208 רד. וואָס זאָל פאַרזיכערן אַז די טראַפיק פלוס ווערט נישט אָנגעשטרענגט אינאיינעם מיט דעם וואוקס פון דער שטאָט.

באזונדער איז אויסגעשמועסט געווארן דער אינטערסעקשאן פון מענזשין רד. און מעריוואלד לעין סאוט, וואס איז א מקום סכנה מיט א באגרעניצטע Line of sight, ווי עס ווערט פלאנירט אן אלל-וועי סטאפ סיין מיט א שפיגל פאר די דרייווער וואס קומען פון די מעריוואלד לעין סאוט ריכטונג, און ווי אויך אוועקצונעמען די Median strip פונעם אינטערסעקשאן.