די פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א געמיינזאמע זיצונג וועלכע איז אראנזשירט געווארן אויף די פארלאנג פון פילע דעוועלאפערס, בויערס, בראוקערס און נאך עסקנים דאהי אין שטאט.
מען איז זיך צוזאמגעקומען מטכס עצה צו זיין וויאזוי מען קען ברענגען פאר די איינוואוינער די בעסטע קוואליטעט הייזער און סערוויסעס ביים בויען נייע דירות. ווי יעדער האלט מיט איז ברוך השם פארהאנען א געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה, ווי עס טוען זיך בויען הייזער אויף כמעט יעדע גאס אין שטאט און מען זעהט די פרישע הייזער קומען ארויף אן אויפהער מיט א געוואלדיגע אימפעט און שנעלקייט כה יתן ד' וכה יוסיף.
ביי די זיצונג, האט מען דורכגעשמועסט פילע ענינים לטובת הציבור, זיכער צו מאכן אז די ארבעט גייט ווי געשמירט, און אז די טאג טעגליכע ווירטשאפט און לעבנסשטייגער פונעם שטאט און פון די איינוואוינער ווערן נישט געשטערט און אז אלעס גייט אן צו יעדנס צופרידענהייט.
ווי אויך האט מען צו דער געלעגנהייט און אויף דער איניציאטיוו פון אבד"ק קאריץ שליט"א וועלכער איז גאר טעטיג אין דעם נושא און האט שוין סוקסעספול ארויסגעהאלפן פילצאליגע תושבים אראפגעברענגט רעפרעזענטאטן פון פארשידענע פינאנציעלע אינסטיטוציעס, וועלכע טוען ארויסהעלפן סיי די דעוועלאפער און סיי די קונים צו באקומען גאר גינסטיגע הלוואות מיט גוטע ראטעס, צו ארויסהעלפן די וואס זענען גרייט צו בויען און קויפן צו האבן צוטריט צו פינאנציעלע הילף.
די זיצונג איז געווען גאר אנגענעמליך און פראדוקטיוו, ווי מען האט פארברענגט כאיש אחד בלב אחד, און עס איז געווען א נחת צו זעהן ווי פילצאליגע קאנקורירנדע ריעל-עסטעיט פירמעס און דעוועלאפערס זיצן און שמועסן זיך אדורך מיט-טיילנדיג געדאנקען און רעקאמענדאציעס איינער פאר׳ן צווייטן מיט א פריינטליכקייט, ברידערליכקייט און העפליכקייט.
דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט צופרידענע געמיטער, מיט א גוטן וועלן צו האלטן ווייטער אפן די קאמיוניקאציע ליניעס, סיי פאר די איינוואוינער און סיי צו בויען, אז די הרחבת גבולי הקדושה זאל טאקע קענען אנגיין ווייטער בעזהשי״ת בשעה טובה ומצלחת, להרחיב גבולי הקדושה ולנצח על מלאכת בית ד'!
ובשם השם נעשה ונצליח!
Discussion