פערטער קאָנפערענץ אין דער רייע, טוט פאַרזיכערן די רואיגקייט פון תושבים דורכאויס אָנגייענדע בוי פּראָיעקטן; צעמענטירט די הוראות רבני העיר שליט"א על משמר חומת השבת; און פאַרשנעלערט די בוי פּראָצעדורן צו אַלעמענ'ס צופרידנהייט 

 אין אַ פּאָזיטיווע שטימונג איז די פאַרגאַנגענע וואָך פאָרגעקומען אַ העכסט סוקסעספולער קאָנפערענץ זיצונג, צווישן די ווילעדזש באָורד פאָרשטייער, אינאיינעם מיט פילצאָליגע בויער, דעוועלאפערס און אינוועסטירערס – סיי פון קלענערע איינצעלנע הייזער, און סיי פון גרעסערע דעוועלאָפּמענטס - שטייענדיג אין אַ צייט וואָס די ווילעדזש גרעניצן בליען און שפּרייטן זיך אויס מיט אַ ברייטע אויסוואַל פון רחבות'דיגע דירות פּראָיעקטן פאר אחבנ"י, הולך וגדול עד כי גדל מאוד. 

דער קאָנפערענץ - וואָס איז אייגנטליך שוין די פערטע אַזאַ סאָרט זיצונג דורכאויס די לעצטע צוויי יאָר - האָט געדינט אַלס פּאַסיגע פּלאַטפאָרמע צו פּרעזענטירן נייע פאָרשריט און פאַרבעסערונגען, וואָס וועלן ערמעגליכן צו פאַרשנעלערן און מאַכן מער צוגענליך די פּראָצעדורן פון פּלענינג; אפלייען; באַקומען פּערמיטן; און באַגלייטן די פּראָיעקטן, מיט אַ געניטן סיסטעם, און מיט אן אָפענעם קאָמוניקאַציע ליניע, בשעת מ'לייגט אַ באַזונדערן דגוש צו פאַרזיכערן די באַקוועמליכקייט און דאָס רואיגע טאָג טעגליכע לעבן פון די תושבים.  

דיגיטאַלע CDRC זיצונגען, צו פאַרשנעלערן פּערמיטן  

דערביי איז געמאָלדן געוואָרן די באַגריסנדע אַנטוויקלונג, אַז דער ווילעדזש וועט אין די נאָנטע וואָכן לאָזן אין גאַנג אַן אָפּדעיטעט וועבזייטל, ספּעציעל געאייגנט פאר די CDRC מיטינגען. 

ביז היינט האבן דעוועלאָפּער געדארפט ווארטן פאר דער חודש'ליכער מיטינג צו אַריינגעבן אַפּליקאַציעס און פּלענס, אַזוי אַז ס'האָט געדויערט עטליכע וואָכן ביז ס'ווערט איבערגעקוקט און באַשטעטיגט. אָבער אַצינד, מיט'ן נייעם סערוויס, וועט מען קענען אפלאודן די CDRC אפליקאציעס צו יעדע צייט אויפ'ן אויטאָמאַטישן סיסטעם, און אַ שטאַב פון פּראָפעסיאָנאַלן וועלן איבערקוקן אַלע דעטאַלן פלינקערהייט, מיט'ן ציל אַז דאָס מאַקסימום צייט פאר אַן אַנטוואָרט זאָל נישט געדויערן מער ווי דרייסיג טעג. 

וויכטיגע מאָסנאַמען לטובת תושבי העיר 

ס'איז אויך פּרעזענטירט געוואָרן וויכטיגע טוישונגען אין די RB זאָונינג קאָוד, וואָס וועלן פילפאַכיג פאַרבעסערן דעם כאַראַקטער און דעזיין פון הייזער אינעם ווילעדזש, און ס'וועט גלייכצייטיג ברענגען מער ווערד און 'וועליו' פאר די איינוואוינער וואָס אינוועסטירן צו איבערבויען זייערע הייזער. 

די ווילעדזש רעפּרעזענטאַטן האָבן אַרויסגעהויבן די שטאַרקע פאַרלאַנג זיך צו רעכענען מיט די הונדערטער תושבים און שכינים, ספּעציעל אין די יעצטיגע זומער טעג ווען משפּחות מיט קינדער דרייען זיך אָפט אויף די גאַסן. ס'איז קלאָרגעשטעלט די מאָסנאַמען וואָס איז גילטיג ביי אַלע קאָנסטרוקציע פּראָיעקטן, אַז מ'זאָל נישט עפענען די סייטס בעפאָר אַכט אַזייגער אינדערפרי און אַז אַלע אַרבעט דאַרף זיין געענדיגט שפּעטסטנס זעקס אַזייגער נאָכמיטאָג, כדי נישט צו שטערן די טאָג טעגליכע לעבנסשטייגער פון די איינוואוינער, און נישט צו ברענגען גערודער אין די רואיגע אינדערפרי און אָווענט שטונדן. 

גלייכצייטיג איז ערווענט געוואָרן דאס געזעץ אַז קאָנסטרוקציע סייטס זאלן געהאַלטן ווערן זויבער און ריין;ס'זאָל נישט אַרויסגיין קיין מאַראַסט און זאַמד צו די אַרומיגע שטחים; און ס'זאָל נישט ווערן פּאַרקירט קיין דאמפסטערס אָדער שווערע עקוויפּמענט אויף די אַרומיגע גאַסן. כדי צו ערמעגליכן אַ רואיגע טראַפיק פלוס פאר קאַרס און סקול באָסעס. 

עס איז נאכאמאל באַטאָנט געוואָרן אַז דער ווילעדזש וועט אינפאָרסירן דעם דעת תורה ופסק הלכה מטעם די רבני העיר שליט"א, אַז פרייטאָג נאָכמיטאָג דארף יעדע קאָנסטרוקציע סייט ווערן פולקאָם פאַרמאַכט שוין צוויי שעה בעפאָר'ן זמן פון כניסת השב"ק, אָן קיין שום אויסנאַמען. 

מ'דאַנקט אויפ'ן עבר, מיט אַ ברייטע וויזיע אויפ'ן עתיד 

אויפ'ן אָרט איז אויך איבערגעגעבן געוואָרן פאַר די דעוועלאָפּער און אינוועסטירער, די העכסט פּאָזיטיווע פארשריט און אָפּדעיטס אַנבאַלאַנגט דעם וואַסער און סוער סטאַטוס אינערהאַלב די ווילעדזש גרעניצן, וואָס גאַלאָפּירט בעז"ה פאָראויס להרחיב גבולי הקדושה. 

דורכאויס דעם זיצונג איז געווען אַ געלעגנהייט צו פארלייגן פראַגעס פאר די ווילעדזש אַדמיניסטראַציע וועלכע האָבן זיך אָפנהאַרציג אויסגעשמועסט בנוגע פאַרשידענע דעטאַלן וויאַזוי דער ווילעדזש קען בעז"ה זיין בייהילפיג פאר בוי פּראָיעקטן בהוה ובעתיד, צו ערמעגליכן די אויסברייטערונג פון דירות פאר אחבנ"י מיט הרחבת הדעת. 

צום שלוס האָבן די פאָרשטייער פון דער יו. דזשעי. סי. אויסגעדרוקט אַ טיפן הכרת הטוב פאר די חשוב'ע דעוועלאָפּער און אינוועסטירער, וואָס זענען די רוקנביין פון דער וואויל באַקאַנטער 'קופּת עירינו'. איבערהויפּט איז באַגריסט געוואָרן זייער ברייטהאַרציגע שטיצע אינעם נאָרוואָס אָפּגעהאַלטענעם ערב פּסח קאַמפּיין, וואָס איז ב"ה געקרוינט געוואָרן מיט אן אויסטערלישער סוקסעס, ווען ס'איז פאַרטיילט געוואָרן איבער א פערטל מיליאָן דאָלאַר צו לעכטיג מאַכן די שטיבער פון פילצאליגע תושבי העיר, תשואת חן חן להם. 

דער ווילעדזש צילט בעז"ה צו אָנהאַלטן און דורכפירן ענליכע קאָנפערענצן יעדע עטליכע מאָנאַטן, צו פאַרזיכערן אַז ס'איז שטענדיג פאַרהאַן אן אָפענע ליניע - שמוע בין אחיכם, אַז די אויפבליה און אויסברייטערונג פון אונזער באַליבטע שטאט, זאָל פאָרזעצן מיט די העכסטע סטאַנדאַרטן פון אחריות און סדר, מיט אַ אידיש האַרץ און געפיל, און מיט אַ קראַנטע און אַקוראַטע וויזיע אויף פאָראויס, לטובת הכלל והפּרט. 

ונבנתה עיר על תילה! ובשם ה' נעשה ונצליח!