ווי באריכטעט אין די פארגאנגענע וואכן, טוט דער די. אי. סי. צעגערן און פארשלעפן די צייט פון געבן די נויטיגע וואסער און סועדזש פערמיטן פאר די דברי חיים דעוועלאפמענט.

ברוך השם, די וואך האט דער די. אי. סי. אנגעדייטעט דעם דאטום פון כ״ד אדר ב׳, ולמס׳ אפריל 3, ווען די פובליק הירינג וועט ווערן אפגעהאלטן.

דער פובליק הירינג וועט פארקומען אויף א ״זום״ ווידעאו קאנפערענץ און וועט זיין צוטיילט אין צוויי חלקים, פארמיטאג און נאכמיטאג, צו געבן צייט פאר אלע קאמענטירער צו קענען אנטייל נעמען און לאזן הערן זייערע מיינונגען און קאמענטארן בנוגע דעם פראיעקט. וואס איז בנוסף צו די מער ווי גענוג צייט וואס זיי האבן שוין געגעבן דעם פובליקום צווישן די מאנאטן פון נאוועמבער און יאנואר, צו קענען אפגעבן קאמענטארן.

אגב איז וויכטיג אנצומערקן, אז די סטעיט ״אפען-מיטינגס״ געזעץ טוט אומצוויידייטינג אנדייטן, אז פובליק הירינגס ברויכן געהאלטן ווערן אין א פערזענליכע פארמאט, אז די וואס ווילן אנטייל נעמען מוזן אראפ קומען און זיך פערזענליך באטייליגן. אבער דער די. אי. סי. איז ווי שטענדיג ביי דעם פראיעקט ספעציפיש ארויס פון וועג און האט עס באשטימט גענוי אלס א ווידעאו קאנפערענץ, אז עס זאל נישט זיין קיין גרויסע טירחא פאר די אלע דרויסנדע עלעמענטן, פילע וואס האבן נאך קיינמאל בכלל נישט דורכגעפארן דעם ווילעזדש, און אז ווי מער פארשוינען זאלן זיך קענען באטייליגן פון דערווייטנס און אפגעבן זייערע מיינונגען און אנשויאונגען בנוגע דעם פראיעקט. אן אקט וואס מען פרובירט נאך דערווייל אפצוהאלטן, און עס ״יא״ מאכן אלס א פערזענליכער זיצונג.

צו דער זעלבער צייט, האט אויך דער די. אי. סי. נישט אנגעדייטעט ווען זיי פלאנען צו פארמאכן דעם פובליק הירינג. ואין חכם כבעל נסיון, וואס איז גוט באקאנט פאר יעדעם זייער היסטאריע, סיי דאהי אינעם ווילעדזש זייער היסטאריע און מיטארבעט האנט ביי האנט מיט די פאריגע אדמיניסטראציע ספעציפיש לגבי דעם פראיעקט מיט זייער מהלך ווי זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו האלטן הירינגס אפן פאר לאנגע יארן אן קיין שום לאגישע באזיס און אנע זיך באדערן צו אפילו אנגעבן א סיבה דערפאר.

עס געדענקט זיך גוט פאר די תושבים ווי פון די ערשטע שריט וואס דער יעצטיגער היימישער אדמיניסטראציע האט גענומען איז געווען צו פארמאכן אזא "פובליק הירינג" פון דעם פראיעקט וואס האט זיך געצויגן פאר "ניינצן לאנגע חדשים" אן קיין פרישע קאמענטארן און איז נישט פארמאכט געווארן נאר פאר דעם בלויזן "פן ירבה" אגענדע.

די יו. זשעי. סי. ארבעט האנט ביי האנט מיט די אונטערנעמער פונעם פראיעקט און מען פרובירט די אנגענומענע מיטלען לדורון לתפילה ולמלחמה צו זען וואס מען קען נאך טאן, סיי אז די פובליק הירינג זאל ווערן געהאלטן אויף א פערזענליכער פארמאט און סיי אז עס זאל זיין א קלארע אנדייטונג ווען די פובליק הירינג וועט ווערן פארמאכט מיט אן ענדגילטיגן אפשטימונג.

צו די זעלבע צייט, זענען פובליצירט געווארן די קאמענטארן פון די ״פן ירבה״ עלעמענטן, וואס זענען געווארן אריינגעגעבן דעם פארגאנגענעם דעצעמבער צו דער די. אי. סי. איבער דעם פראיעקט, און צווישן די הונדערטער בלעטער פון די קאמענטארן וואס איז אנגעפיקעוועט מיט העצע אקעגן אחב"י שטארט אבער ארויס געוויסע קאמענטארן וואס ווי עס קוקט אויס, איז נאך פארהאנען געוויסע, טאקע גאר ווייניג, וואס האבן נאך עטוואס א שטיקל געוויסנס-ביסן בנוגע דעם אומדערהערטן עוולה וואס ווערט דא אפגעטאן אנטקעגן די אידישע געמיינדע.

איינס פון די קאמענטארן וואס שטייען ארויס, איז פון איינע פון די דרויסנדיגע שכנים, וואס מען האט איר מאניפולירט אונטערצושרייבן א בריוו אקעגן די דברי חיים דעוועלאפמענט, אבער עטליכע טעג דערויף האט זי זיך איבערצייגט אז זי האט געטאן די נישט ריכטיגע שריט צו באקריוודען די אידישע געמיינדע און האט אריינגעשיקט נאך א בריוו, צוריק צו ציען פון אירע אריגינעלע פון פריער אנגעגרייטע קאמענטארן (זעט בייגעלייגט).

אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם יהוה אלהינו נזכיר, ובשם השם נעשה ונצליח!

ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשונאיהם

שבת שלום ומבורך