ווי שוין באריכטעט אין די לעצטערע וואכן, וועט בעזהשי״ת פארקומען אפריל 3 דער ״פובליק הירינג״ וועלכע ווערט אנגעפירט דורך די DEC בנוגע די וואסער און סוער פערמיטן פאר שכונת דברי חיים דאהי אין שטאט. עס איז ערווארטעט א גרויסער צאל באטייליגטע און פיל קאמענטירער ביים הירינג.
ספעציעל איז ערווארטעט די אנטיילנעמונג פון די דאזיגע מיט די דרויסענדיגע אינטערעסן, מיט די אלעמען באקאנטע ״פן ירבה״ זארגן, אז למען השם טוט דורך דעם פראיעקט זיך בויען הונדערטער פרישע דירות פאטענציעל פאר אחינו בני ישראל.
צו דער צייט בעטן מיר בכל לשון של בקשה, ווער עס קען אריינלייגן אינעם קאלענדער און אראפנעמען די צייט זיך צו באטייליגן ביי די הירינג.
די זיצונג וועט זיין אנליין, ווי יעדער וועט קענען מיטהאלטן פון די באקוועמליכקייט ביים קאמפיוטער, אן צו דארפן פערזענליך אראפפארן אהין.
די הירינג איז איינגעטיילט אין צוויי חלקים, די ערשטע סעסיע וועט זיין 2 אזייגער נאכמיטאג, און די צווייטע סעסיע וועט זיין 6 אזייגער נאכמיטאג.
מען ברויך זיך רעגיסטרירן עקסטער צו יעדע סעסיע אויף די פאלגנדע לינקס.
מיר בעטן בשם מאות תושבי העיר וואס זענען אנגעוויזן אויף יעדע עקסטערע טראפן וואסער דאהי, ווער עס קען, איש וביתו זאלן אוועקלייגן די ביסל צייט לטובתנו ולהנאתינו און אנטייל נעמען און לאזן הערן פאזיטיווע קאמענטארן אויף אן איידעלן און רעספעקטפולן פארמאט בנוגע דעם פראיעקט, וואס וועט בעזהשי״ת מאכן דעם ריכטיגן אפעקט, און ווי אויך וועט עס זיין א קידוש השם ווען מען זעט ווי אידישע קינדער זענען גרייט און געטריי ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטן פארן טובת הכלל והפרט.
עס איז אויך וויכטיג ארויסצוברענגען ביים קאמענטירן, אז חוץ בנוגע לעזן דעם וואסער קריזיס, וועט דער פראיעקט היפש העלפן לינדערן דעם אנגייענדן דירות קריזיס, ספעציעל נאך וואס די גאווערנאר האט שוין צום צווייטן מאל היי יאר ארויסגעברענגט גאר שטארק, אז איינס פון אירע העכסטע פריאריטעטן, איז צו פארמערן ״האוזינג״ אינעם סטעיט, ווי עס הערשט א שרעקליכער האוזינג "אינווענטארי" מאנגל, שוין אפגערעדט פון א מאנגל פון ״עפארדעבל" האוזינג.
צו דער זעלבער צייט, אזוי ווי מיר זענען שוין געוואוינט פונעם קורצן און לאנגן עבר, דעם כל התלאה אשר מצאתנו ,ווערט אנגעדרייעט פונדרויסן אן אקטיווער העצע קאמפיין דורך די אלע שמוציגע, שאנדפולע און שנאת ישראל׳דיגע וועבזייטלעך און סאציאלע מידיע בלעטער, אנגעפירט דורך האלבע אידישיסטן און גאנצע גוים אנטיסעמיטן וואס וואוינען אפילו נישט דאהי, וואס גרייטן אן א גרויסן עולם צו קאמענטירן אנטקעגן דעם פראיעקט אך ורק וועגן די אידן פראגע. ממילא, איז וויכטיג צו באטאנען און אונטערשטרייכן אז יעדער איינציגסטער קאמענטאר איז גאר וויכטיג לטובת אחינו בני ישראל.
יעדער איינציגער הויזגעזונט דא אין שטאט וועט בעזרת השם יתברך שניידן פירות פון די פאר מינוט צייט וואס מען גיבט אצינד אראפ זיך אליינס צו העלפן.
נעמט אין אכט: בכדי צו קענען באקומען די ערמעגליכקייט צו קאמענטירן, ברויכט איר זיך רעגיסטירן בעפאר, פאלגענד איז בייגעלייגט די לינקס ווי איר קענט זיך רעגיסטירן.
2:00pm session: https://meetny.webex.com/weblink/register/r4e3b4e1e778f6f901344966370301f9b
6:00pm session: https://meetny.webex.com/weblink/register/rcd1e1911530e96e00642e44623b5576c
מיר וועלן האלטן דעם עולם אינפארמירט מיט ווייטערדיגע פראגרעס און אפדעיטס.
סְגוּלֶיךָ עֵת צָמְאוּ לְמַּיִם, תֵּפֶן כִּי נַפְשֵׁנוּ אָפְפוּ מָיִם.
בצדקם חון חשרת מים!
ובשם ד' נעשה ונצליח!
שמחת פורים ושמחת תמיד!
שבת שלום ומבורך!
Discussion