ווי שוין געמאלדן פון פאראויס, איז פארגעקומען די פארגאנגענע מיטוואך פרשת שמיני דער די. אי. סי. הירינג, ווי עס האבן זיך באטייליגט הונדערטער פערזאנען און ווי אויך האבן אויפגעטרעטן איבער 200 קאמענטירער, וועלכע האבן געלאזט הערן זייער מיינונגען און געדאנקען במשך פינף לאנגע שטונדן וואס די הירינג האט גענומען, צוטיילט אין צוויי סעסיעס.

צווישן אלע קאמענטארן, האט זיך ארויסגעשטעלט דאס שיינקייט פון אחינו בני ישראל וואס זענען ארויסגעקומען און אפגעגעבן זייערע קאמענטארן מיט רעספעקט און פראפעסיאנאליזם לטובת דעם פראיעקט. ותשואת חן חן להם פארן אראפנעמען פון זייער טייערע צייט און זיך באטייליגן.

עס האבן אויך אויפגעטרעטן דער וועטעראן עסקן הרה״ח מו״ה משה דוד נידערמאן שליט״א, דער דירעקטאר פון יו. דזשעי. או. מיט גאר טרעפליכע ווערטער בנוגע דעם פראיעקט און ווי אויך הרה״ח מו״ה אהרן בנציון ווידער שליט״א, דער ראקלענד קאונטי לעגיסלעיטאר פאר דיסטריקט 13 פון מאנסי, וואס טוט איצטערט לויפן פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי, וועלכע האט אויך אויפגעטרעטן מיט גאר שטארקע דיבורים לטובת דעם פראיעקט.

ביידע האבן גאר שיין ארויסגעברענגט די טיפע העצע אין די גאס אנטקעגן דעם פראיעקט וואס איז נישט באזירט אויף קיין תכלית און פאקטן, און נאר אויף די "פן ירבה" שרעק, און זיי האבן געפאדערט אז דער די. אי. סי. זאל באהאנדלען דעם אפליקאציע קוקנדיג אויפ׳ן תוכן און דער פאקטישער מציאות, און נישט ווערן פארבלענדט פון פאליטישע אגענדעס און העצע פון דרויסנדיגע אינטערעסן, וואס האבן נישט מיט די פראיעקט זעלבסט.

עס איז געווען ספעציעל איבעראשענד צו זעהן ווי פון צווישן הונדערטער קאמענטירער האט נאר א מספר מיעוט געהאט אן אמת׳ע פארשטאנד אין דעם תוכן פון די אפליקאציע פאר די פערמיט וואס ווערט באהאנדלט. עס האט זיך ארויסגעשיילט זייער קלאר אז רובא דרובא וואס זענען געקומען קאמענטירן האבן בכלל נישט גענומען די צייט און מיה דורכצוקוקן און צו פארשטיין וואס דער נושא איז בכלל, נישט וויסנדיג קיין שום פאקטישער ציפערן צום ביישפיל וויפל וואסער איז פארהאן אין די 6 פון 26 קוועלער אויף וואס דער פערמיט איז באזירט פונעם פראיעקט.

ווי אויך האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אנגענומענע מיינונג ביים פובליקום איז אז דער דיון איז צו זאל דער דעוועלאפמענט ארויסלאזן רויע סועזדש אין דעם סעטערלי קריק, וואס איז הימל שרייענד נאאיוו, ווען דער פערמיט איז איבער א סוער פלענט וואס וועט ארויסלאזן שוין טריעטעד וואסער וואס לויט די שטודיעס וועט עס זיין מער ריין פון די איצטיגע וואסער אין דעם קריק.

די פראפעסיאנאלן און אדוואקאטן וואס זענען געווען אנוועזנד, האבן אויסגעדרוקט שאק ווי די באטייליגטע זענען בכלל נישט באהאווענט אין אפלערנען דעם ענין און מען טוט בלויז ציען מסקנות, באזירט אויף נארישע פאליטישע העצע פון אינדרויסן.

און דערצו זענען געווען געוויסע וואס ניטאמאל דאס האבן זיי געקענט, נאר האבן אויסגענוצט דעם צוויי מינוט קאמענט פעריאד פאר קינדערישע אטאקעס אויף אינדיווידועלן, וואס האט געגעבן דעם ריכטיגן איינדרוק פאר דער די. א. סי. איבער דעם אמת'ן ציל.

דער די. אי. סי. האט געמאלדן, אז אנשטאט פארמאכן דעם ״קאמענט פעריאד״ אום אפריל 5, ווי פריער באשטימט, וועלן זיי עס אפשטופן מיט א וואך און עס פארמאכן ערשט אפריל 12, צו געבן נאך צייט פאר ווער עס וויל אריינשיקן נאך קאמענטארן.

נאך דעם אפריל 12 דאטום, האט דער די. אי. סי. זעכציג טאג צו געבן אן ״אפראוועל״ אדער א ״דינייעל״ פאר׳ן פראיעקט.

לב מלכים ושרים ביד השם, דער ציבור קוקט ארויס און ווארט אויף א פאזיטיווע אנטוויקלונג בנוגע דעם פראיעקט, ובשם השם נעשה ונצליח!

מיר וועלן האלטן דעם עולם אינפארמירט מיט ווייטערדיגע אפדעיטס.