מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די גוטע בשורה אז במשך די ערשטע יום טוב טעג, האט דער DEC געגעבן די ענדגילטיגע פערמיטן פאר די וואסער קוועלער און פאר די סועדזש פלענט פון שכונת דברי חיים, וואס באדייט, אז די קאנסטרוקציע אויף דער פראיעקט קען זיך אנהייבן תיכף ומיד פאר די געפלאנטע 600 דירות אויף דעם שטח.
אויסער וואס דאס איז גאר פרייליכע נייעס פאר די בעלי בתים און דעוועלאפערס פונעם פראיעקט, איז דאס גאר גוטע נייעס פאר אחינו בני ישראל תושבי בלומינג גראוו, וואס זענען שוין יארן געדרוקט אונטער א וואסער מאנגל, ווי עס איז פארהאן א וואסער רעסטריקציע אינעם ווילעדזש שוין פאר איבער 15 יאר.
פאלגענד, ווי עס איז געגעבן געווארן די נויטיגע פערמיטן צו קענען ניצן די וואסער קוועלער, באדייט דאס אז דער ווילעדזש האט איצטערט אריינבאקומען הונדערטער טויזענטער פרישע גאלאנען וואסער פער טאג, וואס וועט ווערן געשטעלט צום באנוץ פאר תושבי העיר אין די נאנטע וואכן.
עס איז פארהאן א פארשטענדעניש און אן אפמאך צווישן די בעלי בתים פון שכונת דברי חיים און די ווילעדזש באהערדע, ווי דער ווילעדזש וועט איבערנעמען דעם בעלות פון די אלע קוועלער און וועט בפועל אפערירן די טאג טעגליכע ווערטשאפט דערפון און קאנעקטן דעם ווילעדזש וואסער סיסטעם מיט זייערע קוועלער וואס דאס וועט פולקאם אפשטעלן די מאנגל פון וואסער און די געברויך פון אריינטראקן פילע טאנקירן פון וואסער יעדן איינציגסטן טאג, מדי יום ויום ומדי שבוע ושבוע.
ברוך השם, מיט דער נייע מציאות אז ״מצאנו מים״, טוט דאס אויך האבן א שטארקע משמעות וואס וועט זיך אפרופן אויף דער ווילעזדש בודזשעט, און וועט שפארן שטייער פאר יעדן איינוואוינער, וואס ווי באקאנט שפענדעט דער ווילעדזש הונדערטער טויזענטער דאלער פער יאר בכדי שלא יחסר המזג, אז די טאנקען זאלן זיין פיל מיט וואסער אז עס זאל זיין גענוג פאר די תושבים צו יעדע צייט, וואס איצטערט גייט דער קאסט פולקאם אוועק און יעדער תושב ״חלק כחלק יאכלו״, וועלן בעזהשי״ת הנאה האבן פון דעם קאסט שפארונג.
די קאסטן צו באהעפטן די קוועלער פון שכונת דברי חיים צו די ווילעזדש וואסער סיסטעם, סיי די וואסער ליניעס און ווי אויך א פארגעשריטענער פילטראציע פלענט ווערט פולקאם געדעקט דורך די דעוועלאפער ותשואת חן להם.
צו דער צייט, דרוקן מיר אויס א גרויסן הכרת הטוב און א יישר כח פאר אלע תושבי עירנו, סיי וועלכע זענען ארויסגעקומען שטימען אינעם עבר און ריכטיג אויסגענוצט זייערע שטים רעכטן פונעם מלכות של חסד לטובתנו ולהנאתינו און געגאנגען שטימען, און נאך מער פאר די דאזיגע וואס האבן גענומען די צייט און די מיה טראץ דעם פיזור הנפש, און האבן זיך באטייליגט ביי די אלע פובליק הירינגס און געלאזט הערן זייערע פאזיטיווע קאמענטארן איבער דעם פראיעקט, און ספעציעל ביי די גאר וויכטיגע פובליק הירינג דעם פארגאנגענעם חודש ניסן פארענט פונעם DEC, ווי אומצאליגע תושבי העיר האבן אוועקגעגעבן זייערע טייערע צייט און געווארט פאר לאנגע שטונדן אויף די טעלעפאן ליניעס, צו קענען אפגעבן זייערע קאמענטארן לטובת דעם פראיעקט.

ווי אויך דארף דערמאנט ווערן לשבח הני תרי צנתרי דדהבא וועטעראן שתדלנים פאר אחב"י הרב משה דוד נידערמאן שליט"א ואתו עמו דער ראקלענד קאונטי לעגיסלאטור מו"ה אהרן בנציון ווידער ני"ו וואס האבן אוועקגעגעבן זייער טייערע צייט צו שתד'לען לטובתנו.

אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ד׳ אלוקינו נזכיר!
ווי פארשטענדליך, ביי דעם צד שכנגד, ביי די שונאי ישראל די אפענע אנטיסעמיטן און זייערע מיטהעלפער די אידישיסטן, וועלכע האבן פאר לאנגע יארן אריינגעלייגט פיל ארבעט, צייט און געלט צו שאנטאזשירן דעם פראיעקט בפרט, און היימישע חסידישע אידן בכלל בריש גלי, צו העצן אקעגן דעם דעוועלאפמענט, אראפצוברענגען, צו חרוב און שאדן מאכן מיט מסירה, הזיק ממון, און פיל מער, צו שטערן און צו צוברעכן און דערמיט געמאכט א געוואלדיגן שאדן און צער פאר אחינו בני ישראל, די יעניגע למיניהם זענען אין א טאטאלן כאאס... זיי ווייסן נישט ווי זיך אהינצוטאן ווען זייער ארבעט פון קרוב צו 20 יאר איז אצינד געגאנגען לטמיון כחלום יעוף... טויזנטער בלעטער העצע און אנטיסעמיטיזם אויף זייערע פילע וועבזייטלעך און סאציאלע מידיע במשך די יארן זענען ארויף ווי מיטן רויעך, הונדערטער זייטן "פובליק קאמענט" באזירט אויף אפענעם "פן ירבה" שנאת ישראל איז צופאלן ווי א קארטן טורעם און דינען נאר אויף צו בלייבן אין דעם פובליק רעקארד אלס אן אייביגן עדות אויף זייער אומרעכט און אז "רוח הקודש אומרת כן ירבה" דורך דעם וואס דער פראיעקט האט ברוך השם על אפם ועל חמתם אצינד באקומען דעם אפיציעלן אפראוועל.


עס ברויכט דערמאנט ווערן, אז די איינציגסטע סיבה פארוואס עס האט זיך בכלל געגרינדעט דער ״ווילעדזש אוו סאוט בלומינג גראוו״ איז געווען בלויז נאך וואס די דעוועלאפערס פון דעם דאזיגן פראיעקט האבן געקויפט דעם שטח אום תשס"ה, און אין א שרעק פון ״פן ירבה״ האבן די יעניגע דאן האסטיג שנעל פארמירט דעם ווילעדזש, מיטן קלארן מהלך צו אונטערברענגען דעם פראיעקט, און האבן איבערגעשריבן דעם זאונינג קאוד און צוגעלייגט פולע געזעצן צו דיסקרימינירן מיט אפענע אנטיסעמיטיזם אקעגן דעם פראיעקט, און אז אידן זאלן דא נישט קענען בויען. אבער בעזרת השם יתברך, מעז יצא מתוק, עס איז מקוים געווארן דאס וואס מען זעט אין די מגילה: ״הנה בית המן נתתי לאסתר״ און עס איז ארויסגעקומען פון אט דעם ווילעדזש א געוואלדיגע טובה, פון וואס יעדער איינער אין שטאט וועט הנאה האבן.


צו דער זעלבער צייט, דארף ווערן ארויסגעברענגט אונזער הכרת הטוב פון תושבי העיר צו אונזער חשוב׳ן קאנגרעסמאן פעט רייען ירום הודו, וואס טראץ וואס ער איז נישט אויף א סטעיט שטאפל, נאר אויף א פעדעראלע שטאפל, האט ער אבער אין די לעצטע צוויי יאר וואס ער טוט אונז פארטרעטן זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה נאכדעם וואס ער האט מיטגעהאלטן די אלע געמיינע אקטיוויטעטן צו שטערן דעם פראיעקט און ער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו מיט זיין פאליטישן איינפלוס פון וואשינגטאן, סיי ביים אפיס פונעם גאווערנאר און סיי אינעם סטעיט סענאט און אסעמבלי, צו טאן כל מה שביכלתו, זיכער צו מאכן אז דער פראיקעט רוקט זיך פאראויס און ווען עס געקומען בעזהשי״ת דער ריכטיגער מינוט, איז ער געווען דער ריכטיגער שליח ארויסצוהעלפן מיט די פראיעקט צו עס שטופן ווייטער, ווי ברוך השם מיר שטייען דא.

עס איז אויך וויכטיג צו באטאנען, אז דער קאנגרעסמאן האט זיך נישט געפוילט און ער האט במשך די פארגאנגענע יאר אליין, באזוכט פערזענליך דעם פראיעקט עטליכע מאל, זיך צו באקענען מיט די פאקטן פון דער נאנט, צו וויסן און פארשטיין ווען ער גייט ארויס שתדל׳ן צו זיין פולקאם באהאווענט מיט אלע ענינים און נושאים, זיכער צו מאכן אז דער פראיעקט ריקט זיך ווייטער און מיר זענען אים אלע גאר דאנקבאר פאר זיינע גוטע טאטן און לייסטונגען לטובת אחינו בני ישראל ותושבי העיר.

בצדקם חון חשרת מים!
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר!
א געזונטן ווינטער!
ובשם ד' נעשה ונצליח!
Discussion