אין די פארגאנגענע וואכן איז פארגעקומען עטליכע פראדוקטיווע זיצונגען מיט די דרכי יושר באס פירמע, אזויווי עס איז איינגעפירט זיצן די יו.דזשעי.סי. עסקנים רעגלמעסיג מיט די טראנספארטאציע פירמע, איבערצוגיין ענינים העומדים על הפרק און זיכער צו מאכן אז די טראנספארטאציע פארט געשמירט.
דרכי יושר איז אויפן פארלאנג פון די עלטערן אנטקעגן געקומען טראץ די קאסטן, און וועט אינסטאלירן GPS אפאראטן אויף אלע באסעס, בכדי די עלטערן זאלן קענען פונקטליך מיטהאלטן ווי די באסעס האלטן און ווען עס קומט אן.
עס איז פארהאן כהיום פילע אפציעס פון אלע סארטן אפאראטן און סיסטעמען אויף די מארקעט, די פירמע האט זיך אריינגעלייגט צו באקומען די בעסטע אפציע וואס איז פארהאן לויט דעם היגן געברויך, עס זאל זיין צו די צופרידענהייט פון סיי די עלטערן און סיי פאר די דיספעטשער און די פירמע.
די ארבעט פון די ריסוירטש, קאסטומיזירטע פראגראמירונג, די אינסטאלירונג און די טעסטינג פאזע, וועט נעמען א שטיק צייט, מיר וועלן ווי שטענדיג האלטן דעם עולם אינפארמירט ווען עס גייט אריין אין אפעקט.
Discussion