שפרינג צום זייטן-מעניו שפרינג צום אינהאלט

דרכי יושר באס פירמע פירט דורך יערליכע סעיפטי טרענירונג פאר אלע דרייווערס

WhatsApp
די דרייווערס פון די דרכי יושר באס פירמע זיצן ביי די יערליכע סעיפטי טרענירונג און אריענטאציע מיטינג

די פארגאנגענעם ניטל אווענט האט די דרכי יושר באס פירמע דורכגעפירט די יערליכע סעיפטי טרענירונג און אריענטאציע מיטינג פאר אלע דרייווערס וואס טוען טראנספארטירן די צאן קדשים ותינוקות של בית רבן פון בלומינג גראוו און די ארומיגע געגנטער.

ביים אריענטאציע איז פרעזענטירט געווארן א גאר דעטאלירטע באס סעיפטי שמועס דורך דעם אלעם-באקאנטן סעיפטי אינסטרוקטור מו״ה ר׳ אברהם פאלקאוויטש ני״ו פון די עקסעלענט באס פירמע, אויך איז פארגעקומען אן ערשטמאליגער "ערשטע הילף טרענירונג" מייסטערהאפטיג פרעזענטירט דורך דעם פאראמעדיק העסקן הנמרץ למען הצלת נפשות מו"ה חנני' אינדיג ני"ו פון קרית יואל.

אזוי אויך איז געווארן אויסגעשמועסט פילע קאמענטארן און פארלאנגן פון די עלטערן איבערגעגעבן דורך די יו. זשעי. סי. בנוגע צו פארבעסערן סיי די סערוויס און קוואליטעט פון די טראנספארטאציע זעלבסט, און ווי אויך די קאסטומער סערוויס, אז עס זאל זיין א פארבעסערטע און מער דירעקטע קאמיוניקאציע ליניע צווישן די פירמע און די עלטערן, ווען מען ברויך האבן אינפארמאציע אדער ערלעדיגן סיי וועלכע ענינים.

די דרכי יושר פירמע האט ווי שטענדיג זיך פארפליכטעט צו פארזיכערן און נאך מער צו פארבעסערן סיי די סעיפטי מאסנאמען, די פונקטליכקייט און עפעקטיווקייט פון די ראוטס און אז אלע דרייווערס פארשטייען די געגנטער דאהי, ספעציעל ווען עס קומט צו געוויסע פארשטופטע געסלעך און דעד-ענדס, זיכער צו מאכן אז יעדע קינד ווערט אפגענומען אין צייט און מיט אן אחריות און אז עס זאל שטענדיג זיין א קלארע אפענע ליניע פון קאמיוניקאציע צווישן די עלטערן און די פירמע.

שמחתי באומרים לי בית ד׳ נלך!

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך!

UJC UJC