מיט צופרידנהייט ווערט אויפגענומען די מעלדונג איבער אַ פרישע גרויסע ביזנעס און אָפיס צענטער, די "קלאוו  ביזנעס דיסטריקט" געביידע, וועלכע האָט נאָרוואָס ערהאַלטן די נויטיגע פּערמיטן דורך דעם ווילעדזש פּלענינג באָורד, מיט באַלדיגע פּלענער צו אויפבויען אַ רחבות'דיגן צענטער פאר ביזנעסלייט און אָפיס אייגטומער, אין האַרץ פון דעם היימישן געגנט, אין ווילעדזש אָוו סאַוט בלומינג גראָוו.

די גרויסע געביידע, וואָס וועט געבויעט ווערן ביים ווינקל פון קלאוו רד. און דעם 208 רד. האַרט נעבן דעם בלומינג גראָוו פּלאַזאַ סטריפ מאל, וועט אַנטהאַלטן צען טויזנט ס.פ. פּער שטאָק, מיט אַ טאָטאַל פון פערציג טויזנט ס.פ. אויף די פיר לופטיגע שטאָקן, געאייגנט פאר רחבות'דיגע אָפיסעס, מיט אַ הערליכע צוקונפט פאר לאָקאַלע ביזנעסער.

די אַפּליקאַציע פאר דעם נייעם ביזנעס צענטער איז אייגנטליך געווען היבש קאָמפּליצירט, צוליב דעם וואָס דער פּראַפּערטי איז זייער בערגיג, און עס האָט זיך געפאָדערט צו פאַרזיכערן אַז די געביידע וועט נאָכקומען אַלע פאָרשריפטן, אַנבאַלאַנגט די אויפבוי און די הייעך פון דעם בילדונג, לויט אַלע זיכערהייט און געזעצליכע מאָסנאַמען.

דער פּראָיעקט איז צוערשט געברענגט געוואָרן צום ZBA באורד פון דעם ווילעדזש, און נאָכדעם וואָס ס'איז נאָכגעקומען אַלע פאָרשריפטן איז געשאנקן געוואָרן די 'וועריענס', דורך דעם טשערמאַן פון דער באורד, הר"ר יושע אלימלך ביטמאַן הי"ו. פון דאָרט איז דאָס געגאַנגען צום פּלענינג באָורד, וואָס האָט אַצינד -  נאָכ'ן איבערגיין אַלע דעטאַלן מיט די אינדזשענירן און ווילעדזש שטאַב ביי אַ פּובליק הירינג – געגעבן דעם 'ווערינעס', דורך דעם טשערמאַן פון דער באורד, הר"ר שלום יודא ווייס הי"ו.

דער נייער ביזנעס צענטער טוט למעשה אויספאָרעמען נאָך אַ פּאַסיגע טייל אין דעם הערליכן ביזנעס דיסטריקט וואָס ווערט פאָרמירט אויף די צענטראַלע 208 רד. אָנגעהויבן פון דעם סאַוט בלומינ גראוו ביזנעס פּאַרק, האַרט אַריינקומענדיג קיין בלומינג גראוו פון דעם 17, וואָס ציעט זיך לענגאויס דעם 208 ראָוד ביז קלאוו רד. וואָס שטעלט אַראָפּ אַ וויזיע פון אַ שטאַנדהאַפטיגע און באַקוועמע ביזנעס דיסטריקט, ספּעציעל צוגעפּאַסט פאר אַלע ערליי קאָמערציאַלע געשעפטן און אָפיסעס.

דער צוקונפטיגער ביזנעס דיסטריקט פון בלומינג גראָוו וועט אַלזאָ זיין קאָנצענטרירט אויף די 208 ראָוד אַלס אַ צענטראַלע דורכפאָר – פּונקט פאַר ביזנעס און שאַפּינג. דאָס וועט גלייכצייטיג פאַרזיכערן אַז די אינערליכע רעזידענטשאַל געגנטער בלייבן באַשיידן און רואיג, אָן קיין איבערגעטריבענע טראַפיק און טומל.

די אונטערנעמער פון דעם "קלאוו סקווער" צענטער, וועלן אין די נאָנטע טעג אַריינגעבן די אַפּליקאַציעס פאר בילדינג פערמיטן צו אָנהויבן די פאַקטישע בוי אַרבעט, און תושבי העיר קוקן טאַקע ארויס אויף די הצלחה פון דעם פּראָיעקט וואָס וועט געוויס זיין נאָך אַ נאָבעלע אונטערנעמונג פאר די היימישע עקאָנאָמיע פון אונזער שטאט בלומינג גראוו, לכו והתפרנסו זה מזה!