די פארגאנגענע וואך, דורכאויס די דערהויבענע ימי חנוכה, האבן תושבי בלומינג גראוו געהאט די זכי׳ זיך צו מסתופף זיין בצל הקדושים פון כ״ק מרן אדמו״ר מ׳צאנז זמיגראד שליט"א און כ״ק מרן אדמו״ר מ׳וויזניץ שליט״א, וועלכע האבן אפגעהאלטן הדלקת הנירות דא אין שטאט.

זונטאג מקץ, דער פערטע נאכט חנוכה, האט כ״ק מרן אדמו״ר מ׳צאנז זמיגראד שליט"א, מגדולי תלמידי מרן רביה״ק מ׳סאטמאר זי״ע, וועלכער פארשיינט מיט זיין כח הנהגה דעם רוחניות׳דיגן און גשמיות׳דיגן וואוקס פון דער שטאט, כמנהגו בקודש ארויסגעקומען מדליק זיין את הנרות בקרב עירינו, לשמחת לב כל תושבי העיר.

א ריזן ציבור אידן זענען געקומען צופארן פון נאנט און ווייט, זיך צו באטייליגן ביים הדלקת נרות חנוכה, ווי די רבי שליט״א האט ערשינען אחוז בשרעפי קודש, מיט א ברען געמאכט די ברכות, געצינדן די ליכט און דאן מיט א שטארקע רגש דקדושה געזינגן די זמירות.

ווי דער מנהג איז בחצה״ק צאנז זמיגראד, האט די רבי שליט״א געזינגען די ניגוני חנוכה אינאיינעם מיט די ניגוני פסח, די רבי האט אנגעהויבן זאגן בקול רם און מיט התרגשות שפוך חמתך אל הגוים ביז'ן סוף. דאן האט דער ציבור געזינגען אינאיינעם דעם והוא שעמדה ניגון, די רבי האט דערנאך פארגעזאגט הלל מילה במלה, וואס יעדעס ווארט איז מתוק מדבש אויף דער נעימות׳דיגן נוסח פון מרן רביה״ק זי״ע.

נאך די זמירות, האט דער עולם זיך געזעצט צום טיש, ווי די רבי שליט"א האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש אויף חנוכה, משולב מיט דברי תורה וחסידות, ווי אויך האט דער רבי שליט"א מרעיש עולמות געווען אנטקעגן די מתייוונים פון היינטיגן דור, די רבי האט געענדיגט מיט ברכות לרוב, און געוואונטשן לחיים מיט ברכות והשפעות, צו קענען מיטנעמען די אורות פון חנוכה אויפ'ן גאנצן יאר.

דאן האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פריטלעך און ווי אויך געבענטשטע מטבעות לכל הנאספים, נאכער איז געווען געזעגענען לברך ולהתברך פאר לאנגע שעות.

מיטוואך נאכט, ליל ז' פון די ימי חנוכה המאירים, האט מען געהאט די זכי' צו אנטפאנגען דא אין שטאט, כ״ק מרן אדמו״ר מ׳וויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג, וועלכער איז באזונדער ארויסגעקומען צו צינדן די חנוכה ליכט, בקרב חסידיו ובקרב תלמידיו, אין דער בארימטער וויזניצער ישיבה, וואס דינט אלס די אכסני' של תורה פאר די טייערע בחורי חמד, וועלכע זיצן על התורה ועל העבודה.

ס׳איז שוין אייגנטליך דאס דריטע יאר אין דער רייע, וואס מען האט די געלעגנהייט אז דער וויזניצער רבי שליט״א פון וויליאמסבורג קומט צופארן בימי חנוכה, צו מאציל זיין מהודו פאר תלמידיו כבנים, און איז מדליק את הנרות בהיכל הישיבה, וועלכע טוט פארזעצן מיט די זמירות חנוכה, כנהוג אין בית וויזניץ להודות ולהלל.

ביי די געהויבענע הדלקת הנרות האבן זיך באטייליגט א גרויסער ציבור חסידי וויזניץ וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם ליכטיגן מעמד. באזונדער איז געווען קענטיג פילע תושבי העיר וועלכע שפירן א שעצונג צו דער ישיבה הק׳ וואס הייבט אויף דעם כח הרוחני אין שטאט, מיט אירע חשובע תלמידים בליעה"ר, זייענדיג א זיכערע שמירה פאר די גאנצע שטאט ברוחניות ובגשמיות, תורה מגינא ומצלא!

ובזמן שהצדיק בעיר הוא הודה, זיוה והדרה!