דער גראנדיעזער קימפעטארין היים איז געפלאנט געבויעט צו ווערן אויפן גרויסן שטח וואס די קהילה האט אפגעקויפט אויף פעדלער הילל ראוד, דער מאסיווער קאמפלעקס נעמט אויך אריין צוויי קלענערע שמחה זאלן.
דער סייט פלען שטעלט פאר א געביידע פון ארום 66 טויזנט סקווער-פיס, אויף צוויי שטאקן, ווי אויך 150 פארקינג ערטער פאר באזוכער און שטאב, אויסגעשפרייט אויף זיבן אקער לאנד.
דער פראיעקט ווערט געפירט דורך די אלעמען באקאנטע "ליוולענד גרופע" וואס זענען ברייט באקאנט מיט זייער עקפערטיז צו בויען גרעסערע פראיעקטן מיט בליציגע שנעלקייט.
די "ליוולענד גרופע" איז שוין היינט א ברענד נעים דאהי, ווי דער עולם האלט מיט טעגליך די פארשריט ביים "איילענד טיים שאפינג צענטער" פראיעקט, וואס ווערט געבויעט דורך די גרופע אויף ראוט 208.
דער קימפעטארין היים פראיעקט שפאנט אצינד ווייטער צום קומענדיגער שטאפל צום ווילעדזש פלענינג באורד ווי עס ווערט ערווארטעט דער ענדגילטיגער סייט פלען עפראוועל ביז עטליכע חדשים.
Discussion