די פארגאנגענע וואך האט דער ווילעדזש אדאפטירט דעם נייעם בודזשעט פאר קומענדיגן יאר 2025 למספרם.
דער בודזשעט איז היפש געהעכערט געווארן פון די פארגאנגענע יארן, צוליב די אויסברייטערונג פון ווילעדזש סערוויסעס און די פארמערטע אויסגאבן און ווי אויך צוליב די העכערע קאסטן פון סערוויסעס און מאטריאל.
מיט דעם אלעם איז אריינגעלייגט געווארן פיל ארבעט דורך די ווילעזדש באאמטע און די פינאנציעלע שטאב אז עס זאל בעזרת השם יתברך נישט זיין קיין שטייער העכערונג פארן ציבור.
מען איז איבערגעגאנגען יעדע איינציגע אויסגאבע פונעם פארגאנגענעם יאר און שוקל געווען צו דאס פעלט אויס.
פון איין זייט האט מען צוגעלייגט נייע אויסגאבן, א שטייגער ווי פאנדס אויסצוהאלטן די טעגליכע אפעראציעס פונעם פייער דעפארטמענט וואס איז געפלאנט צו גיין אקטיוו ביז געציילטע וואכן, און נאך.
פון די צווייטע זייט האט מען געשניטן אויסגאבן ווי למשל די שאטעל סערוויס וועלכע קען זיך דערווייל נישט דעקן פון די קליינע צאל רייזנדע און איז נאכנישט גע׳פאנדעט דורך רעגירונג גרענטס.
די ווילעדזש ערווארט צו באקומען בעזהשי״ת די פאנדינג פאר די שאטעל באס אין די קומענדיגע שטיק צייט, וואס וועט העלפן דאס רעדוצירן דעם בודזשעט און צוריקזען די באסעס אויפן ראוד.
דער מציאות אז ברוך השם די שטאט ווירבלט מיט פרישע דירות און קאמערציעלע בנינים העלפט אויך צו מיט שטייער איינקונפט און אראפצוהאלטן דעם שטייער ביל פאר יעדן יחיד.
ברוך השם ווי עס פארמערט זיך מידי שבוע ושבוע נייע תושבים דאהי כן ירבו, לייגט עס צו איינקונפט אויפן קאלעקטיוון שטייער ביל פון וואס יעדער תושב שניידט די פירות.
Discussion