וויכטיגע דערמאנונג - קאוד ענפארסמענט

אין די איצטיגע טעג ווי עס איז פארהאן שנייאיגע וועטערס בפרט - און דורכאויס די ווינטער מאנאטן בכלל, איז וויכטיג צו דערמאנען דעם ציבור אריינצונעמען די מיסט קאסטנס ווי נאר מען נעמט אפ די מיסט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, אזוי אויך אז אויטאס זאלן נישט פארקירן אויף די ראודס, עס שאפט פראבלעמען פאר די שארער-טראקס, ווי זיי קענען נישט טאן זייער ארבעט בשלימות און עס איז א סכנה, ווי אויך טוט דאס היפש פארלענגערן די צייט וואס עס נעמט צו שארן און רייניגן די ראודס.
חוץ מזה איז עס א דירעקטער גורם פאר ביטול תורה דרבים, עס נעמט פיל לענגער פאר די באסעס פון אונזערע צאן קדשים צו ענדיגן די ראוטס.
צו די זעלבע צייט דערמאנען מיר דעם ציבור, אזויווי נאך יעדע גרויסע שניי מאכט זיך אז פאסט קעסטלעך ווערן צומאל אראפגעקלאפט דורך די שארער טראקס, זאל מען אריינרופן אין די ווילעדזש האל, אויף 845-782-2600, און לאזן א קלארע מעסעדזש מיט די ווילעדזש קלורק, די ווילעדזש וועט עס דאן פאררעכטן ווי אמשנעלסטנס, פריי פון אפצאל.
הרשעים כים נגרש השקט לא יוכלו! אנקלאגע קעגן פערמיטן פון שכונת דברי חיים

אין א פארצווייפלטע און יאוש׳דיגע שריט, האט די טאון שוין נאכן אויסשפענדן אונזערע אפגעהארעוועטע שטייער געלטער, און פארשלעפן דעם פראיעקט פאר פופצן יאר, און נאכן פרובירן יעדע סארט שפיצל און מהלך וויאזוי זיי זאלן קענען אפשטעלן דעם דברי חיים דעוועלאפמענט, האט די טאון פרובירט נאכאמאל אולי און אפשר וועט דאס זיי דאס מאל געלונגען, האבן זיי פאריגן דינסטאג אריינגעגעבן אן ארטיקל-78 קלאגע, דאס מאל אקעגן דער ניו יארק סטעיט די.אי.סי.
נאך וואס זיי האבן שוין אויסגעבלוטיגט און אויסגעמוטשעט די דעוועלאפערס און נאך וואס די דעוועלאפערס זענען נאכגעקומען יעדע משוגעת און יעדע קלייניגקייט וואס איינער האט נאר געקענט אויפקומען און אויסטראכטן, פון די אלע שיקאנירוגען און משוגעת׳ן, פרובירן זיי דאס מאל א נייעם מהלך דורכ׳ן רופן דער סאמע די.אי.סי. פון ניו יארק סטעיט צום געריכט, אז היתכן זיי האבן געהאט די חוצפה און די העזה פון געבן די פערמיטן פאר די דעוועלאפמענט וואס וועט בעזרת השם יתברך סערווירן אחינו בני ישראל.
די אנקלאגע איז לעכערליך, לאכעדיג און נער׳יש, אבער איז דאך אין א פארצווייפלטע ״פן ירבה״ פרואוו, אפשר דאך וועט מען קענען פארשלעפן דעם דעוועלאפמענט נאך אביסל לענגער און עס כאטש קורצליך אפהאלטן פון קענען ווערן פארווירקליכט צו א מציאות.
ברוך השם, אין דעם עבר, האבן די בעלי בתים פון די דעוועלאפמענט, נאכגעקומען יעדע קלייניגקייט וואס מען האט זיי נאר געבעטן, זאכן וואס האבן זיך ממש נישט געלייגט אויפן שכל און בעזהשי״ת איז ערווארטעט אז דאס מאל אויך, וועט די בלאקירונג אוועקגיין און וועט נישט שטערן די הרחבת גבולי הקדושה דא אין שטאט.
רשעים אפילו על פתחו של גיהנום אינם חוזרים! עס ברויך דערמאנט ווערן, אז דער וואס טוט אנקלאגן דער די.אי.סי., איז נישט קיין אנדערער ווי דער טרויעריג בארימטער בלומינג גראוו טאון סופערווייזער ראבערט דזשעראלאמאן, וואס ער איז געווען דער ארכיטעקט פון דעם מייסטער פלאן, וויאזוי אפצוהאלטן די אחינו בני ישראל פון די אומגעגנט, ווען ער איז געווען דער סאמע גרינדער און ערשטער מעיאר פונעם ווילעדזש אוו סאוט בלומינג גראוו, וואס דאן איז עס געווען מיט דער געדאנק אפענערהייט, אז דורכ׳ן גרינדן דעם ווילעדזש, וועט עס בעזהשי״ת אפהאלטן די וואוקס פון אחינו בני ישראל דאהי.
אבער ברוך השם ווי מיר ווייסן שוין, איז מקוים געווארן דעם ״הנה בית המן נתתי למרדכי״ און עס איז געפאלן ״רבים ביד מעטים וטמאים ביד טהורים ורשעים ביד צדיקים״, ווי ברוך השם יעדער קען מעיד זיין אז די ווילעדזש וואס אט דער יעניגער האט געגרינדעט טוט וואקסן און בליהען יעדן טאג ברוחניות מיט בתי מדרשים, ישיבות, מקואות, תלמידי תורה, און בגשמיות מיט פרישע אידישע הייזער, אידישע געשעפטן, וכו', און בעזהשי״ת וועט מען דאס אויך אדורכקומען.
ובשם השם נעשה ונצליח!
א פרייליכן חנוכה!
זומער הייזער וויכטיגע דערמאנונג פאר די ווינטער מאנאטן
ֿ

מיר ווילן דערמאנען די אלע וואס האבן הייזער אינעם ווילעדזש וואס זענען נישט באוואוינט דורכאויס די ווינטער מאנאטן און ווי אויך הייזער וואס שטייען גרייט פאר דעמאלישן און קאנסטרוקציע צו ווינטערייזן די הייזער.
עס האט שוין פאסירט עטליכע מאל אין די פארגאנגענע טעג, ווי הייזער זענען נישט געווען ווינטערייזט און די פייפס האבן געפלאצט, וואס האט געברענגט אויסטעלישע שאדנס פאר די היים אגענטומער און ווי אויך פאר די ווילעדזש, ווי יעדע טראפ וואסער איז גאר טייער.
התורה חסה על ממונם של ישראל!
Discussion