וואך פון הרחבת גבולי הקדושה פורצת גבולים אין בלומינג גראוו!

בעזרת השם יתברך! תושבי בלומינג גראוו האבן בייגעוואוינט א וואך מלא רגש און התחזקות, ווען די הרחבת גבולי הקדושה טוען איבעררינען אלע מאסן ב״ה בכחו ובזכותו של רביה"ק זי"ע.

וכה יתן ה׳ וכה יוסיף להרבות פעלים, להרחיב גבולי הקדושה ולנצח על מלאכת בית השם, אנצוגיין ווייטער להגדיל תורה ולהאדירה און צו קענען גיין מחיל אל חיל ומוסיפין והולכין בקודש, ובשם השם נעשה ונצליח!

שב״ק פרשת פינחס-בלק

בשעה טובה ומוצלחת האט מען באנייט דער נייע בית המדרש ד׳קהל יטב לב אויף 68 דועלק עוועניו. דורכאויס דעם גאנצן שב״ק, האט געשוועבט אין די לופטן א דערהויבענע מצב פון כל ברכאן דלעילא ותתא, ביומא שביעא תליין.
 
במוצאי יום מנוחה! אום מוצאי שב״ק, איז כ״ק מרן אדמו״ר מ׳סאטמאר שליט״א געקומען באשיינען דעם הערליכן מעמד המרומם פון קביעת מזוזה צוזאמען מיט הגה"צ אבד"ק קיט"ל בלומינג גראוו ק"י שליט"א באגלייט מיט די ראשי הקהילה נדיבים און עסקנים פון דאהי און פון קרית יואל, ווי עס האט זיך אנגעזען א הערליכער אויבן אן פון רבנים, מורי הוראה און א ריזן ציבור פון אנשי שלומינו, און נגידי בית סאטמאר און ווי אויך א שיינער עולם מחשובי תושבי עירינו כ״י.

זונטאג פרשת פינחס

זונטאג נאכמיטאג, איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה בראשות מנהיגי ורבני עירינו, על שטח בית המדרש החדש והמפואר דקהל אנשי לעיק שאור, עס האט זיך אנגעזען ביים מעמד פילע אדמורים ורבנים וועלכע זענען געקומען צו פארן סיי פונעם שטאט און סיי פון אנדערע געגענטער.

ביים מסיבה האבן אויך אנטייל גענומען א גאר קאלירפולע עולם, וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען צו באטייליגן און מיטפרייען כאיש אחד בלב אחד מיט די שמחה, דער אייגנארטיגער מעמד האט ריכטיג ארויסגעברענגט די אמת׳דיגע הערליכע קאלירן פון אונזער חשוב׳ע און הייליגע שטאט בליעה״ר.

 

דינסטאג פרשת פינחס

דינסטאג ביום ג' שנכפל בו כי טוב, איז פארגעקומען א הערליכער מעמד יציקת הבורות פארן מקוה אינעם נייעם בית המדרש הגדול דקהל יטב לב, אויף 31 מעריוואלד לעין, בהשתתפות כ״ק מרן אדמו״ר מ׳סאטמאר שליט״א והגה"צ אבד״ק שליט״א.

דער מעמד איז געווען משולב מיט דעם התמנות פונעם נייעם דיין שליט״א פאר׳ן בית המדרש, ווי עס האט זיך אנגעזען א גאר רייכער אויבנאן פון רבנים, אדמורי״ם און ראשי ישיבות, ווי אויך א פילקעפיגער ציבור פון אנשי שלומינו, אישי הציבור ונדיבי בית סאטמאר, סיי פון דאהי, סיי פון קרית יואל און סיי פון די סיטי, וועלכע זענען זיך געקומען משתתף זיין ביי דער גאר דערהויבענע מעמד.

בזמן שהצדיק בעיר, הוא הודה, הוא זיוה, הוא הדרה


בלומינג גראוו לעבט מיט לעכטיגע זומער וואכן בצילא דמהימנותא פון כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א.

בלומינג גראוו ווערט פארוואנדלט ווי יאר יערליך אלס "תל תלפיות" פאר חסידים ואנשי מעשה וואס ווארעמען זיך לאורו הבהיר פון צאנז זמיגראדער רבי'ן שליט"א וועלכער איז קובע מקום משכן קדשו בתוכינו תושבי העיר אינאיינעם מיט הונדערטער אידן פון אומעטום, וועלכע קומען פון דער נאנט און ווייט, זיך מסתופף זיין בצל הקודש און זיך מזכיר זיין בדבר ישועה ורחמים, האבן די זעלבע הרגשה פון "איש קדוש עובר עלינו תמיד", האבנדיג די זכי' צו מיטלעבן פון דער נאנט די עבודת הקודש וואס פארשיינט אונזער שטאט - והארץ האירה מכבודו.

הייליגע תפלות שב"ק און דערהויבענע עריכת השלחנות, רעוא דרעוין און מלוה דמלכה זענען א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש צו באלייכטן אידישע הערצער מיט דעם נועם קדושת השב"ק מבואו ועד צאתו.

כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דער מנהיג רוחני דא אין שטאט באגלייט ווי שטענדיג די פעולות לטובה פון די "יו. זשעי. סי.", די שליחי הציבור פון אלע קהלות הקודש, וועלכע האבן שטענדיג אן אפן טיר ליהנות ממנו עצה ותושי' און זיך שואל זיין בעצתו ובדעתו דעת תורה על כל צעד ושעל ולהתברך מברכותיו הטהורות.

כותלי בית המדרש יוכיחו! צענטראלער בית המדרש המפואר "צאנז זמיגראד" שּפרודלט און ווירבלט מיט אנגייענדע מנינים פון שחרית מנחה ערבית און טעגליכע שיעורים בתורה אויף א קביעות'דיגן פארנעם.

 
UJC UJC