

הן אומרים פן ירבה ורוח הקודש אומרת כן ירבה

א קאפיטל היסטאריע: אינעם היינטיגן טאג, זיבעצן יאר צוריק כמנין טו"ב, אויף דער אלגעמיינער קאלענדער, זענען זיך צוזאמגעקומען די איינוואוינער פון די טאון אוו בלומינג גראוו צו פארמירן און גרינדן די היינט ברייט-בארימטע ״ווילעדזש אוו סאוט בלומינג גראוו״, פרובירנדיג דערמיט צו צוימען און אפצוהאלטן די וואוקס און בליה פון אחינו בני ישראל.
כל דעביד רחמנא לטב עביד! דער שריט פון דאנסמאל וואס האט דעמאלטס אויסגעקוקט ווי א גרויסער שטער, האט מיט די יארן ערמעגליכט די גרעסטע הרחבת גבולי הקדושה אין א נייע געגנט איבער גרעיטער ניו יארק במלוא מובן המילה, והמפורסם אין צריך ראיה.
ברוך השם, כהיום איז בלומינג גראוו זיך צווואקסן צו א שטאט פון אריבער 500 משפחות כ"י, בתי מדרשים ומקוואות בכל פינה ופינה, תלמודי תורה ובתי חינוך, אידישע ביזנעסער און געשעפטן, און איבער 1000 אידישע הייזער זענען אצינד און די פאזע פון פלאנירונג ביז אקטועלע קאנסטראקשן.
מעז יצא מתוק! הודו לשם כי טוב! ובשם השם נעשה ונצליח להרבות חיל ולהגדיל תורה ולהאדירה ולהרחיב גבולי הקדושה ולנצח על מלאכת בית ד'!
אין עוד מלבדו
ושמחת בחגיך והיית אך שמח!
א חג שמח ושמחת תמיד
וואונטשט:
די פאראייניגטע אידישע קהילות אין בלומינג גראוו
Discussion