קהל עבודת ישראל ד׳קאזניץ באקומט באשטעטיגטע זאונינג וועריענסעס

הרחבת גבולי הקדושה! ככלות השנה, דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת נצבים וילך, ביי די מאנאטליכע זאונינג באורד זיצונג, איז נאכגעגעבן געווארן די זאונינג וועריענסעס וועלכע איז געווארן פארלאנגט דורך קהל עבודת ישראל ד׳קאזניץ, צו ערמעגליכן דאס אויפבוי פונעם נייעם בית המדרש הגדול המפואר, אויף קינגסוויל דרייוו.

צווישן די וועריענסעס, איז געגעבן געווארן א סייט וועריענס און א הויכקייט וועריענס, וועלכע וועט ערלויבן צו בויען דעם בית המדרש עטליכע פיס העכער ווי די זאונינג ערלויבט געווענליך.

ווי אויך איז געוויזן און באשטימט געווארן ביים זיצונג הערליכע פלענער פאר א הרחבות׳דיגע פארקינג לאט פאר די מתפללים שיחיו, וועלכע נעמט אריין אכציג פארקינג ערטער, וואס איז באשטימט צו געבויעט ווערן אויף די פראפערטי פון 4 קינגסוויל דרייוו, ווי עס שטייט איצטערט די הויז.

אצינד, ווי די וועריענסעס זענען ברוך השם געגעבן געווארן, גרייט זיך קהל עבודת ישראל צו גיין צום קומענדיגער שטאפל פון אריינגעבן די בילדינג פערמיט אפליקאציעס, ווי מען וועט בעזהשי״ת נאך יום טוב אנהייבן מיט די מלאכת הקודש. אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה!


אפדעיט: טאון קאמיסיע שטיפט אפ אפשטימונג איבער קאנסערוועישן קאמיטע אווער-רייד אויטאריטעט

ווי באריכטעט עטליכע מאנאטן צוריק, איז אנגעקומען א פארלאנג אינעם טאון דורך געוויסע האספולע עלעמענטן, צו גרינדן א קאמיוניטי אדווייזערי באורד, וועלכע זאל האבן רעכטן און אויטאריטעט צו אווער-ריידן סיי וועלכע אפראוועל פון די טאון פלענינג באורד און פונעם טאון זאונינג באורד און דערמיט צו קענען אפהאלטן רעזידענשאל און קאמערציאלע פראיעקטן פאר׳ן ציבור. ווי געמאלדן, האבן די יו . דזשעי. סי. עסקנים זיך דאן אריינגעלייגט ראשם ורובם אפצושטעלן די קאמיטע, נאך איידער עס טוט צושטאנד קומען.

מיט גרויס פרייד טוען מיר איצטערט מעלדן פאר׳ן ציבור, אז מיט די הילף פון אונזער חשוב'ן טאון-קאונסילמאן מו״ה אלימלך שמשון שווארץ ני״ו, האט דער טאון באורד אראפגענומען דעם אפשטימונג פונעם אגענדע ביים וועכנטליכע באורד זיצונג, די פארגאנגענע דינסטאג, ג׳ סליחות, ווי די טאון-באורד האט געברויכט קומען צו אן אפשטימונג דערוועגן, אבער אדאנק דעם אינטערווענירונג פונעם טאון-קאונסילמאן איז די שטימע געווארן געלייגט אויף אפהאלט, פאר ווייטערע פארהאנדלונגען.

די עסקנים טוען ווייטער אנגיין אונטער די קוליסן מיט זייער מלאכת הקודש, זיכער צו מאכן אפצושרייען דעם געוואלדיגע אומרעכט, מיר וועלן בעזהשי״ת האלטן דעם עולם אינפארמירט מיט ווייטערע אפדעיטס.

ובשם ד' נעשה ונצליח!