ימין ושמאל תפרוצי ואת ד' תעריצי!

שכונת טעפען הילל, בלומינג גראוו יצ"ו

ברוך השם! און א אומ-אויפהערליכן הרחבת גבולי הקדושה, א קנאפע יאר נאך וואס כ"ק מרן אדמו"ר מ׳צאנז זמיגראד שליט"א האט באזוכט צום ערשטן מאל אין די טעפען הילל געגנט, וועלכע טוט ארייננעמען די גאסן פון בארנס ראוד, עימי ראוד, הארטאן ראוד און נארט ראוד, איז ברוך השם ברכת צדיק עשה רושם, ווען די פארגאנגענער שבת נחמו, איז פארגעקומען דער ערשטמאליגער הערליכער שבת היסוד אין די טעפען הילל געגנט.

אין די לעצטערע מאנאטן, האבן ב״ה צענדליגע פאמיליעס איינגעקויפט הייזער אין די געגנט, ווי עס שטייט פילע הערליכע הייזער צום פארקויפן און צו פארדינגען, און בעזהשי״ת טוט זיך בויען א הערליכע נייע ישוב פון חסיד׳ישע פרומע אינגעלייט, יראים שלמים וחרדים לדבר השם.

שבת נחמו, איז געווען דאס ערשטע מאל צוגעשטעלט א בית המדרש אינעם געגנט, קווארטירט אויף 154 בארנס ראוד, זייענדיג אויסשטאפירט מיט אלע צוגעהערן וואס א חסיד׳ישע ביהמ״ד ברויך צו האבן. אנגעהויבן מיט א ווארימע מקוה, פילע שענק פון חומשים, סידורים וספרי קודש און אפילו אן עירוב ארום די בית המדרש, אז די מתפללים זאלן קענען ארומטראגן אינעם חצר, צום באקוועמליכקייט. א הערליכע ציבור אידן האבן זיך משתתף געווען ביי די תפילות, זייענדיג א גאר דערהויבענע שבת, ווי יעדער איינער האט געשפירט, ווי מען האט א טייל אינעם לייגן די יסוד, דער הנחת אבן הפינה און זיין פון די נחשונים המתחילים, אנצופאנגן אויסצושפרייטן די גבולי הקדושה פון עירינו בלומינג גראוו המעטירה.

די תפילות זענען פארגעקומען אויף א גאר ווארימע פארנעם, שבת צופרי נאכ׳ן דאווענען, איז פארגעקומען א קידושא רבא, לרגל דעם עפענונג פונעם נייע בית המדרש און דעם התחדשות פונעם נייע געגנט. נאכמיטאג, איז פארגעקומען א שיעור אין פרקי אבות, דערנאך איז געווארן צוגעגרייט א ברייטע שלוש סעודות. נאכן בענטשן איז פארגעקומען א ווארימע רקידה לרגל דער מאורע אז עס מיט גרויס סייעתא דשמיא אנגעקומען לעשות את השבת וואס וועט בעזרת השם יתברך ווייטער אנגיין לדורותם עד ביאת הגואל.

דער עולם איז זיך צוגאנגען פונעם שבת מיט גאר ווארימע געמיטער, מיט א תפילה שלא יבוטל התמיד, אז פון יעצט און ווייטער, ביז ימות המשיח, זאל טעפען הילל זיין א פינת יקרת פאר היימישע חסידישע אידן.

אין די איצטערע טעג טוט מען טאקע הערן, פון נאך און נאך אידן, וועלכע פלאנירן זיך אריינצוציען אין די קומענדיגע טעג אין די געגנט, לקראת הימים נוראים הבאים לקראתינו לשלום, זיך צו קווארטירן און אנצוהייבן די ווינטער זמן, מיט אלעם צוגעשטעלט.

ווי געווענליך, שטייט די יו. דזשעי. סי. מיט דירעקטע קאנטאקט מיט אלע איינוואוינער, זיכער צו מאכן אז סיי וועלכע הצטרכות מען ברויך האבן, זאל ווערן נאכגעקומען, אזויווי ווען מען האט געבויעט די געגנט ווי מען וואוינט איצטערט, אין סאוט בלומינג גראוו, צו העלפן סיי מיט די לאקאלע אינסטאנצן, צו מיט די שכנים אדער סיי ווי מען קען צולייגן א האנט, ארויסצוהעלפן די נארוואס ניי-געקומענע שכנים, אז די התחדשות זאל אנקומען אויף דער גרינגסטע פארמאט. כל ההתחלות קשות!

בבית השם נלך ברגש: אין די טעג ווערט אויך אויסגעארבעט א ספעציעלע שאורט-קאט, אז מען זאל קענען אריבערשפרייזן פון איין זייט בארנס ראוד צום אנדערן, צו קענען גרינגער אנקומען צום בית המדרש, סיי פון נאורט דרייוו און סיי פון הארטאן ראוד, א שאורט-קאט וועלכע וועט ברענגן די מתפללים ממש צום טויער פונעם שוהל.

מיר וואונטשן אן די אלע אידן, הצלחה וברכה, אחותינו את היי לאלפי רבבה, כה לחי! צלח ורחב, להרחיב גבולי הקדושה, להגדיל תורה ולהאדירה, ולנצח על מלאכת בית השם!

ובשם השם נעשה ונצליח!


נאכאנאנדע הרחבת גבולי הקדושה אין שטאט ב'ביהמ"ד אמרי פינחס קאריץ!

הרב דקהל אמרי פנחס קאריץ שליט"א אינאיינעם מיט מו"ה אליעזר ווייס ני"ו מבעלי הפירמא טאטעל קאנקריט ומראשי הקהילה ביים מעמד יציקת היסודות

דעם פארגאנגענעם מאנטאג איז קהל אמרי פינחס קאריץ, בראשית דעם רב שליט״א, געגאנגען צום קומענדיגן שטאפל, צו אויפבויען דער נייע בית המדרש המפואר פינת יקרת לתורה ולתפילה. אין די פארגאנגענע וואכן האט מען אויסגעגראבן דעם גאנצן שטח און בשעה טובה ומצלחת איז די וואך פארגעקומען דער מעמד יציקת היסוד און הנחת אבן הפינה.

די בית המדרש וועלכע איז קווארטירט אויפן ווינקל פון דאללאס און פיין הילל, אנטשפרעכט צו זיין א צענטער פאר די גאנצע ארומיגע אומגעגנט, פאר תורה ותפילה וחסידות, אזויווי יעדער איז שוין געוואוינט וויאזוי די רב לייגט אריין א געוואלדיגע ארבעט, ספעציעל מיט די בחורי הישיבות מיט א יגיעה רבה, ממש אין א בחינה פון תלמידים קרואים בנים.

די ארבעט גייט אן מיט די פולסטן גאלאפ פאראויס און עס איז ערווארטעט אז אין די קומענדיגע טעג, וועט מען שוין גיסן די בורות המקוה. מיר קוקן אלע ארויס, אז מען זאל שוין בקרוב קענען וואונטשן דעם השלם זה הבנין, אבן מאסו הבונים היתה לראש פנה!