קלארשטעלונג איבער בריוו פון וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט בנוגע טראנספארטאציע 

צוליב די פולע אנפראגעס בנוגע דער בריוו, וואס איז געווארן ארויסגעשיקט דורך די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט, איבער פילע קינדער וואס זענען נישט רעגיסטרירט פאר טראנספארטאציע צום קומענדיגע שולע יאר, הבאה עלינו לטובה. טוען מיר קלארשטעלן אז די יו. דזשעי. סי. האט בשעה טובה ומצלחת פולקאם רעגיסטרירט אלע תלמידים ותלמידות פון אלע דריי מוסדות פון דאהי אין שטאט, שוין דעם פארגאנגענעם מערץ 23 למס׳.

די יעצטיגע בריוו, איז בלויז א טייל פון די אנגייגענדע מאכינאציעס פון די סקול דיסטריקט, וואס מיר זענען שוין ליידער צוגעוואוינט, ווי די דיסטריקט פרובירט זיך יעדעס איינציג יאר ארויסצודרייען פון צושטעלן פאר אחב"י אונזער ערליך פארדינטע און שטייער באצאלטע טראנספארטאציע סערוויס דורך אלערליי תירוצים שונים.

ווי אין דער פארגאנגענהייט, זענען די יו. דזשעי. סי. אדוואקאטן אין פארבינדונג מיט די סקול דיסטריקט, ובעזרת השם יתברך וועט דער עסק מסודר ווערן על צד היותר טוב.

ובשם השם נעשה ונצליח!


על התורה ועל העבודה - גדלו והצליחו וגם עשו פרי!

כ"ק אדמו"ר מ'טאהש שליט"א ביים גיסן דעם יסוד

נאך א קורצע יאר פון א געוואלדיגע סוקסעס בישיבה תפארת משולם פייש טאהש דאהי אין בלומינג גראוו, איז בשעה טובה ומוצלחת פארגעקומען א מעמד יציקת היסודות צו פארגרעסערן דעם ביז-יעצטיגן שוין איבערגעפילטן בנין פונעם היכל הישיבה, נאך וואס עס איז ניתוסף געווארן די ספסלי בית המדרש, ווי די ישיבה הקדושה שמ'ט איבעראל מיט איר גוטע נאמען פון תורה ועבודה על דרכי חצר הקודש טאהש, און מען קען נישט נאכקומען דעם איבערפלוס פון בחורים סיי פון דאהי און פונדרויסן, וואס טוען זיך איינשרייבן אין די ישיבה צום קומענדיגן זמן.

אין די לעצטערע וואכן, האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט צו מאכן פלענער פון פארגרעסערן דעם בנין, און די וואך מיטוואך איז בשעה טובה ומצלחת פארגעקומען א הערליכער מעמד יציקת היסודות פאר די נייע עקסטענשאן פונעם בנין בראשות כ״ק מרן אדמו״ר מ׳טאהש שליט״א, ווי עס האבן זיך משתתף געווען די תלמידי הישיבה החקוקים על לבו כבנים.

כ"ק אדמו"ר מ'טאהש שליט"א ביים פארזאגן די פסוקי התעוררות לכבוד דעם מעמד, ווערט געזען מו"ה ר' שמואל דוד גוטמאן ובניו ני"ו מבריחי התיכון טאהש בלומינג גראוו