איש את רעהו יעזורו: צווייטע דעוועלאפערס און קאנסטרוקציע קאנפערענץ אפגעהאלטן מיט סוקסעס

די פארגאנגענע דינסטאג איז פארגעקומען א גאר ערהאבענער קאנפערענץ, שוין די צווייטע אין די לעצטיגע מאנאטן, ווי עס האבן זיך באטייליגט פילע אידן וואס טוען זיך באשעפטיגן אין אלע סארטן ריעל עסטעיט און דעוועלאפמענט קאטעגאריעס אין בלומינג גראוו.

עס זענען זיך צוזאמגעקומען פראפערטי אייגענטומער, אינוועסטארס, דעוועלאפערס, בראוקערס און קאנטראקטערס, כאיש אחד בלב אחד, מיט אן אחדות צוזאמען, צו שמועסן און רעדן פראקטישע עצות און געדאנקן, סיי איבער די ריעל עסטעיט סטאטוס, ווי דער מארקעט האלט אצינד, סיי איבער די אינווענטארי, ווי עס האלט און וואס עס איז שייך צו ערווארטן וכדו', און ווי אויך איז געווארן אויסגעשמועסט פילע עצות און אנדערע געדאנקען און איניציאטיוון וואס זענען נוגע אין די ריעל עסטעיט אינדוסטריע.

עס האבן זיך אויך משתתף געווען ביי די זיצונג בעאמטע פונעם ווילעדזש, ווי יעדער האט געהאט א געלעגנהייט צו פארלייגן קאמענטארן און פארשלאגן, ווי עס איז געווארן אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת פארשידענע נייע מהלכים צו פארבעסערן און פארשענערן די געגענט, עס זאל זיין מער מער צוגענגליך פאר אלע צדדים, אז עס זאל ארויף ברענגען די מצב און די שטאנד פונעם גאנצן געגנט.

דער זיצונג איז פארגעקומען אין די פרעכטיגע אורטשערד לעיק פארמס אינעם גרויסן הערליכן נייעם זאל וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך מו"ה משה האלפערין ני"ו פון די "בלומינג ריעלטי" גרופע, ושתפו עמו מו"ה אליעזר יחזקאל שווימער ני"ו, וואס האבן בטוב לבם גע'ספאנסערט דעם אווענט.

עס איז אויך אויסגעשמועסט געווארן מהלכים וויאזוי צו ערמעגליכן אז דירות זאלן זיין אפארדעבל, סיי צו קויפן און סיי צו פארדינגען.

דער עולם איז זיך צוגאנגען גאר פאזיטיוו און מיט אסאך ווערדפולע אינפארמאציע.

עס איז באזינדער געווען אן ערהאבן בילד צו זען וויאזוי עס איז נאכנישט אריבער קיין קארגע צוויי יאר זינט מען האט זיך גענומען בויען אין בלומינג גראוו און ווי עס זיצן א פולע טיש פון ארום פופציג אינגעלייט, וואס זענען עוסק דא אין שטאט, אויף אלע פראנטן און מקצועות אין קאנסטרוקציע און מען זיצט אינאיינעם בלומינג גראוו באחדות מאכנדיג נייע קאנטאקטן און אנקניפן נייע באציאונגען.

עס איז באמת געווען א קידוש השם וויאזוי קאנקורענטן פון די זעלבע אינדוסטריע, צו זיי זענען בראוקערס, אדער קאנטראקטערס, אדער דעוועלאפערס, זיצן אזוי שיין און העלפן זיך ארויס איינעם דעם צווייטן מיט העפליכקייט און ברודערליכקייט.

ברוך השם די גאר גוטע גריסן פונעם אווענט קומען אצינד אריין, און בעזהשי"ת וועט אין די קומענדיגע חדשים ווערן פלאנירט דער קומענדיגער קאנפערענץ, זיך צוזאמצוהאלטן און זיך צו ארויסהעלפן איינעם דעם צווייטן להגדיל תורה ולהאדירה, להרחיב גבולי הקדושה ולנצח על מלאכת בית ד'.

ובשם השם נעשה ונצליח!
ואנחנו יחד נבנה!
ונבנתה עיר על תילה!