יערליכער שטייער-גריווענס ריוויו: קומענדיגע דינסטאג, מאי 28

די טאון אוו בלומינג גראוו וועט די קומענדיגע דינסטאג, מאי 28, זיך צוזאמזעצן צו דער יערליכער טעקס-גריווענס, מיט דער באורד אוו אסעסמענטס.

לאקאציע:
Blooming Grove Town Hall
Horton Road, Lower level 6

פאר סיי וועלכע שאלות:
Town of Blooming Grove Assessors Office
Phone: 845-496-5223 Ext. 5

דאטום, מאי 28 2024:
נאמיטאג: 1 - 4
ביינאכט: 6 - 8

צו פארזיכערן אייער אנטייל, ברענגט מיט אייער אריגענעלע RP524 אפליקאציע, וועלכע קען ווערן דאונלאודעד פון די לינק. קאפיעס, אי-מעילס אדער פעקס וועט נישט ווערן אנגענומען.


וויכטיגער מעסעדזש פונעם טאון קאונסילמאן

התורה חסה על ממונם של ישראל: אין די לעצטערע טעג האט דער טאון אסעסאר ארויסגעשיקט די יערליכע שטייער אסעסמענט צו די לאקאלע איינוואוינער, ווי געוויסע פון די אסעסמענטס זענען ארויף אין פרייז פון די פארגאנגענע יארן.

אלזא, אויב האלט איר אז מען געהעכערט אייער אסעסמענט שלא ביושר, קענט איר קאנטאקטן דעם טאון קאונסילמאן מו"ה אלימלך שמשון שווארץ ני"ו, ווי ער וועט אייך פרובירן צו העלפן מיט די נויטיגע שריט אויף 347-228-9304.

אייער טאון קאונסילמאן,
אלימלך שמשון שווארץ.