וויכטיגע דערמאנונג: רעגיסטרירט אייך צום DEC פובליק הירינג
ווי שוין באריכטעט אין די לעצטערע וואכן, וועט בעזהשי״ת פארקומען אפריל 3 דער ״פובליק הירינג״ וועלכע ווערט אנגעפירט דורך די DEC בנוגע די וואסער און סוער פערמיטן פאר שכונת דברי חיים דאהי אין שטאט.
צו דער צייט ווילן מיר דערמאנען און בעטן דעם גאנצן ציבור בכל לשון של בקשה, ווער עס קען אריינלייגן אינעם קאלענדער און אראפנעמען די צייט זיך צו באטייליגן ביי די הירינג.
מיר בעטן בשם מאות תושבי העיר וואס זענען אנגעוויזן אויף יעדע עקסטערע טראפן וואסער דאהי, ווער עס קען, איש וביתו זאלן אוועקלייגן די ביסל צייט לטובתנו ולהנאתינו און אנטייל נעמען און לאזן הערן פאזיטיווע קאמענטארן אויף אן איידעלן און רעספעקטפולן פארמאט בנוגע דעם פראיעקט, וואס וועט בעזהשי״ת מאכן דעם ריכטיגן אפעקט, און ווי אויך וועט עס זיין א קידוש השם ווען מען זעט ווי אידישע קינדער זענען גרייט און געטריי ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטן פארן טובת הכלל והפרט.
עס איז אויך וויכטיג ארויסצוברענגען ביים קאמענטירן, אז חוץ בנוגע לעזן דעם וואסער קריזיס, וועט דער פראיעקט היפש העלפן לינדערן דעם אנגייענדן דירות קריזיס, ספעציעל נאך וואס די גאווערנאר האט שוין צום צווייטן מאל היי יאר ארויסגעברענגט גאר שטארק, אז איינס פון אירע העכסטע פריאריטעטן, איז צו פארמערן ״האוזינג״ אינעם סטעיט, ווי עס הערשט א שרעקליכער האוזינג "אינווענטארי" מאנגל, שוין אפגערעדט פון א מאנגל פון ״עפארדעבל" האוזינג.
די זיצונג וועט זיין אנליין, ווי יעדער וועט קענען מיטהאלטן פון די באקוועמליכקייט ביים קאמפיוטער, אן צו דארפן פערזענליך אראפפארן אהין.
די הירינג וועט זיין איינגעטיילט אין צוויי חלקים, די ערשטע סעסיע וועט זיין 2 אזייגער נאכמיטאג, און די צווייטע סעסיע וועט זיין 6 אזייגער נאכמיטאג.
נעמט אין אכט: בכדי צו קענען באקומען די ערמעגליכקייט צו קאמענטירן, ברויכט איר זיך רעגיסטירן בעפאר, פאלגענד איז בייגעלייגט די לינקס ווי איר קענט זיך רעגיסטירן.
2:00
https://meetny.webex.com/weblink/register/r4e3b4e1e778f6f901344966370301f9b
6:00
https://meetny.webex.com/weblink/register/rcd1e1911530e96e00642e44623b5576c
ובשם ד' נעשה ונצליח!
שבת שלום ומבורך!




Discussion