מוסדות ויואל משה שיקט "אמיקוס בריעף" צום העכסטן אפעלאט געריכט לטובת תושבי בלומינג גראוו

ווי פאר אלעמען באקאנט, ציהט זיך שוין א לאנג-יעריגע געריכט איבער וואס די וואשינגטאן סקול דיסטריקט טוט דיסקרימינירן די איינוואוינער דאהי אין שטאט פון זייער ערליך פארדינטע און שטייער באצאלטע טראנספארטאציע סערוויסעס.

די קעיס איז איבער די 21 טעג, ווען די מוסדות זענען אפן, אבער די סקול דיסטריקט איז פארמאכט, א שטייגער ווי חגאות. די טראנספארטאציע פאר די טעג האט אפילו נישט קיין איבריגע קאסטן פאר די סקול דיסטריקט, וויבאלד עס ווערט באלאנסירט מיט די טעג וואס די מוסדות זענען נישט אפן, א שטייגער ווי להבדיל די ימים טובים.

די סקול דיסטריקט טוט זיך שלאגן מיט ציין און נעגל נישט צו דארפן באצאלן פאר די 21 טעג, וואס דאס טוט דורכדעם אפקאסטן פאר די היגע איינוואוינער אחינו בני ישראל, הונדערטער טויזנטער דאללער קאלעקטיוו, פער יאר.

ברוך השם, דער געריכט גייט אין די גוטע דירעקציע און די קעיס איז געווארן אנגענומען ביים העכסטן אפעלאט געריכט, וועלכע איז דער פערטער סירקויט אוו אפיעלס אין ניו יארק סטעיט.

אצינד, ווי דער קעיס איז ערווארטעט געהערט צו ווערן צווישן די מאנאטן פון מערץ און אפריל, זענען די יו. דזשעי. סי. עסקנים ארויס מיט א ביטע צו די מוסדות התורה אין קרית יואל, אז זיי זאלן אריינשיקן צום העכסטן אפעלאט געריכט חיזוק און הערצה בריוון און ווי אויך לעגאלע מיינונגען און רעקאמענדאציעס, וועלכע רופט זיך אן "אמיקוס בריעף", לטובתינו.

הר״ר משה אלי׳ עסטרייכער שליט"א, דער אדמיניסטראטאר פון מוסדות ויואל משה, וואס שטייט אונז אייביג צו הילף, סיי ווען עס איז געקומען לגבי טראנספארטאציע און סיי ביי אנדערע מצבים, איז ווי אייביג טרם יקראו ואני אענה, תיכף אראנדזשירט דעם גאר מאכטפולן אדוואקאטן פירמע וואס שטייט שטענדיג צום דינסט פאר מוסדות ויואל משה, און שפיץ פונעם באקאנטן אדוואקאט מיסטער ריטשארד מעהאן, ווי יעדער געדענקט נאך איז ער געווען גאר אינסטרומענטאל ביי די קאוויד עפאכע, אז מען זאל קענען צוריק עפענען די מוסדות התורה ווי אמשנעלסטן דאהי אין אראנזש קאונטי.

האט הר״ר משה אלי׳ נישט קוקנדיג אויף די קאסטן איצטערט באאויפטראגט די אדוואקאטן פון די מוסדות אנצוגרייטן און אריינשיקן א גאר דעטאלירטן און מאכטפולן "אמיקוס בריעף" לטובתינו. דער בריוו איז ערווארטעט צו ווערן געפיילט אין די קומענדיגע צוויי וואכן.

עס ווערט אצינד אויך ערווארטעט א פאזיטיווער צוגאנג פון די מוסדות וואס האבן נאכנישט געגעבן קיין אנטווארט.

וחפץ השם בידינו יצליח, ובשם השם נעשה ונצליח, ותשועת חן חן לו!