איש את רעהו יעזורו: ערשטמאליגע דעוועלאפערס און קאנסטרוקציע מיטינג געקרוינט מיט סוקסעס

די פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א געמיינזאמע זיצונג וועלכע איז אראנזשירט געווארן אויף די פארלאנג פון פילע דעוועלאפערס, בויערס, בראוקערס און נאך עסקנים דאהי אין שטאט.

מען איז זיך צוזאמגעקומען מטכס עצה צו זיין וויאזוי מען קען ברענגען פאר די איינוואוינער די בעסטע קוואליטעט הייזער און סערוויסעס ביים בויען נייע דירות. ווי יעדער האלט מיט איז ברוך השם פארהאנען א געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה, ווי עס טוען זיך בויען הייזער אויף כמעט יעדע גאס אין שטאט און מען זעהט די פרישע הייזער קומען ארויף אן אויפהער מיט א געוואלדיגע אימפעט און שנעלקייט כה יתן ד' וכה יוסיף.

ביי די זיצונג, האט מען דורכגעשמועסט פילע ענינים לטובת הציבור, זיכער צו מאכן אז די ארבעט גייט ווי געשמירט, און אז די טאג טעגליכע ווירטשאפט און לעבנסשטייגער פונעם שטאט און פון די איינוואוינער ווערן נישט געשטערט און אז אלעס גייט אן צו יעדנס צופרידענהייט.

ווי אויך האט מען צו דער געלעגנהייט און אויף דער איניציאטיוו פון אבד"ק קאריץ שליט"א וועלכער איז גאר טעטיג אין דעם נושא און האט שוין סוקסעספול ארויסגעהאלפן פילצאליגע תושבים אראפגעברענגט רעפרעזענטאטן פון פארשידענע פינאנציעלע אינסטיטוציעס, וועלכע טוען ארויסהעלפן סיי די דעוועלאפער און סיי די קונים צו באקומען גאר גינסטיגע הלוואות מיט גוטע ראטעס, צו ארויסהעלפן די וואס זענען גרייט צו בויען און קויפן צו האבן צוטריט צו פינאנציעלע הילף.

די זיצונג איז געווען גאר אנגענעמליך און פראדוקטיוו, ווי מען האט פארברענגט כאיש אחד בלב אחד, און עס איז געווען א נחת צו זעהן ווי פילצאליגע קאנקורירנדע ריעל-עסטעיט פירמעס און דעוועלאפערס זיצן און שמועסן זיך אדורך מיט-טיילנדיג געדאנקען און רעקאמענדאציעס איינער פאר׳ן צווייטן מיט א פריינטליכקייט, ברידערליכקייט און העפליכקייט.

דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט צופרידענע געמיטער, מיט א גוטן וועלן צו האלטן ווייטער אפן די קאמיוניקאציע ליניעס, סיי פאר די איינוואוינער און סיי צו בויען, אז די הרחבת גבולי הקדושה זאל טאקע קענען אנגיין ווייטער בעזהשי״ת בשעה טובה ומצלחת, להרחיב גבולי הקדושה ולנצח על מלאכת בית ד'!

ובשם השם נעשה ונצליח!

פראדוקטיווע זיצונג מיט דרכי יושר באס פירמע אויסצושמועסן סעיפטי ענינים

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג ליל שישי פרשת יתרו, איז אויף די איניציאטיוו פון מו"ה יואל וויטריאל ואתו עמו מו"ה יודל פאלקאוויטש פארגעקומען א גאר פראדוקטיווער זיצונג אין די יו. דזשעי. סי. הויפטקווארטירן, מיט די מענעדזשמענט פון די דרכי יושר באס פירמע, וואס טוט היינט פארפיגן אויף די טראנספארטאציע פון די מוסדות התורה פאר תושבי בלומינג גראוו און די ארומיגע געגנטער, ווי סמיט-גארדענס, וואודבארי דזשאנקשאן, קאנטרי האלאו און נאך.

עס האבן זיך באטייליגט ביים זיצונג די באס דרייווערס פון די ״דרכי יושר״ באס פירמע, די ווילעדזש באאמטע און ווי אויך די ווילעדזש אוו מאנראו פאליציי אגענטורן און דער מאנראו מעיאר ניעל דווייער, וועלכע איז גאר אקטיוו אויף די טאג-טעגליכע טראנספארטאציע פראצעדור, זיכער צו מאכן אז די זיכערהייט פון די באסעס און קינדער גייען אן אויף די בעסטע פארמאט.

ביי די זיצונג, איז געווארן אויסגעשמועסט פארשידענע זיכערהייט מעטאדן, פאר די סעיפטי פון די קינדער פארנדיג און קומענדיג פון די מוסדות התורה. ווי אויך איז געווארן אויסגעשמועסט די פארשידענע קאמפלעינטס און וויאזוי מען קען פארבעסערן די ראוטס און קאמיוניקאציע סיי צווישן די באס פירמע און די מוסדות און סיי מיט די עלטערן און די קינדער, צו די באקוועמליכקייט פון יעדעם איינעם.

עס איז געווען א געוואלדיגער קידוש השם, וויאזוי מען איז געזיצן עטליכע שטונדן און אויסגעשמועסט אלע פונקטן בטוב טעם ודעת ותשועה ברוב יועץ און צו זעהן די צוזאמנארבעט פון אלע אגענטורן מיט די באס פירמע און אירע דרייווערס, און די באטייליגטע האבן ארויסגענומען עצות און רעקאמענדאציעס מכח אל הפועל אויפן פלאץ.

אין די צוקונפט, וועלן פארקומען מער אזעלכע זיצונגען פאר די זיכערהייט און באקוועמליכקייט פון די צאן קדשים, ותינוקות של בית רבן.

צו דער זעלבער צייט, אויב האט איר סיי וואסערע באמערקונג און רעקאמענדאציעס פאר דרכי יושר, רופט אריין אויף 845.273.1117 עקסטענשן 8 ווי מען וועט זיכער מאכן אלעס מסדר צו זיין עצהיו"ט פאר אייער באקוועמליכקייט און צופרידנהייט

בית יעקב לכו ונלכה!