מאונטעין קאר. רוט 208 אפדעיט

די וואך דינסטאג פרשת וישלח, ולמס׳ דעצעמבער 10, וועט די או. ענד אר. פירמע אנהייבן רוקן די עלעקטערישע שטאנגען ביים מאונטעין ראוד אינטערסעקשאן.
עס איז ערווארטעט דורכאויס די ארבעט א שווערערע טראפיק פלוס ווי געווענליך, מען בעט דעם ציבור צו קענטעניס נעמען מיט פארשטענדעניש און נוצן זייטיגע ראודס, צו אויסמיידן די פארקער און צו העלפן די ארבעט אנגיין מיטן פולסטן קראפט.
ווי נאר די שטאנגען זענען גערוקט וועט דער ראוד אויסברייטערונג פראיעקט אריין אין שוואונג בשעה טובה ומוצלחת.
ווילעדזש פייער דעפארטמענט באקומט דעליווערי פון די שנעלע ריספאנס טראק

די פארגאנגע וואך האט די סאוט בלומינג גראוו פייער דעפארטמענט באקומען די דעליווערי פון די לאנג ערווארטעטע ״שנעלע ריספאנס טראק״.
אין די קומענדיגע וואכן, וועט די דעפארטמענט אויסשטאפירן דעם טרעקל מיט גאר וויכטיגע און פארגעשריטענע עקוויפמענט און עס מאכן גרייט אריינצוגיין אין סערוויס, און בשטו״מ וועט די פייער דעפארטמענט ווערן אקטיוויזירט.

מודעה יו. זשעי. סי. באורד וואלן
צוליב טעכנישע סיבות וועט די יו. זשעי. סי. באורד וואלן פאר תשפ"ה פארקומען נאך חנוכה הבעל"ט, דער פונקטליכער דאטום וועט געמאלדן ווערן אין די קומענדיגע וואכן.
ובשם ד' נעשה ונצליח!


Discussion