תושבי בלומינג גראוו לעבן מיט געהויבענע ימי חנוכה בראשות אדמורי"ם ורבנים שליט״א

די פארגאנגענע וואך, דורכאויס די דערהויבענע ימי חנוכה, האבן תושבי בלומינג גראוו געהאט די זכי׳ זיך צו מסתופף זיין בצל הקדושים פון כ״ק מרן אדמו״ר מ׳צאנז זמיגראד שליט"א און כ״ק מרן אדמו״ר מ׳וויזניץ שליט״א, וועלכע האבן אפגעהאלטן הדלקת הנירות דא אין שטאט.

זונטאג מקץ, דער פערטע נאכט חנוכה, האט כ״ק מרן אדמו״ר מ׳צאנז זמיגראד שליט"א, מגדולי תלמידי מרן רביה״ק מ׳סאטמאר זי״ע, וועלכער פארשיינט מיט זיין כח הנהגה דעם רוחניות׳דיגן און גשמיות׳דיגן וואוקס פון דער שטאט, כמנהגו בקודש ארויסגעקומען מדליק זיין את הנרות בקרב עירינו, לשמחת לב כל תושבי העיר.

א ריזן ציבור אידן זענען געקומען צופארן פון נאנט און ווייט, זיך צו באטייליגן ביים הדלקת נרות חנוכה, ווי די רבי שליט״א האט ערשינען אחוז בשרעפי קודש, מיט א ברען געמאכט די ברכות, געצינדן די ליכט און דאן מיט א שטארקע רגש דקדושה געזינגן די זמירות.

ווי דער מנהג איז בחצה״ק צאנז זמיגראד, האט די רבי שליט״א געזינגען די ניגוני חנוכה אינאיינעם מיט די ניגוני פסח, די רבי האט אנגעהויבן זאגן בקול רם און מיט התרגשות שפוך חמתך אל הגוים ביז'ן סוף. דאן האט דער ציבור געזינגען אינאיינעם דעם והוא שעמדה ניגון, די רבי האט דערנאך פארגעזאגט הלל מילה במלה, וואס יעדעס ווארט איז מתוק מדבש אויף דער נעימות׳דיגן נוסח פון מרן רביה״ק זי״ע.

נאך די זמירות, האט דער עולם זיך געזעצט צום טיש, ווי די רבי שליט"א האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש אויף חנוכה, משולב מיט דברי תורה וחסידות, ווי אויך האט דער רבי שליט"א מרעיש עולמות געווען אנטקעגן די מתייוונים פון היינטיגן דור, די רבי האט געענדיגט מיט ברכות לרוב, און געוואונטשן לחיים מיט ברכות והשפעות, צו קענען מיטנעמען די אורות פון חנוכה אויפ'ן גאנצן יאר.

דאן האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פריטלעך און ווי אויך געבענטשטע מטבעות לכל הנאספים, נאכער איז געווען געזעגענען לברך ולהתברך פאר לאנגע שעות.

מיטוואך נאכט, ליל ז' פון די ימי חנוכה המאירים, האט מען געהאט די זכי' צו אנטפאנגען דא אין שטאט, כ״ק מרן אדמו״ר מ׳וויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג, וועלכער איז באזונדער ארויסגעקומען צו צינדן די חנוכה ליכט, בקרב חסידיו ובקרב תלמידיו, אין דער בארימטער וויזניצער ישיבה, וואס דינט אלס די אכסני' של תורה פאר די טייערע בחורי חמד, וועלכע זיצן על התורה ועל העבודה.

ס׳איז שוין אייגנטליך דאס דריטע יאר אין דער רייע, וואס מען האט די געלעגנהייט אז דער וויזניצער רבי שליט״א פון וויליאמסבורג קומט צופארן בימי חנוכה, צו מאציל זיין מהודו פאר תלמידיו כבנים, און איז מדליק את הנרות בהיכל הישיבה, וועלכע טוט פארזעצן מיט די זמירות חנוכה, כנהוג אין בית וויזניץ להודות ולהלל.

ביי די געהויבענע הדלקת הנרות האבן זיך באטייליגט א גרויסער ציבור חסידי וויזניץ וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם ליכטיגן מעמד. באזונדער איז געווען קענטיג פילע תושבי העיר וועלכע שפירן א שעצונג צו דער ישיבה הק׳ וואס הייבט אויף דעם כח הרוחני אין שטאט, מיט אירע חשובע תלמידים בליעה"ר, זייענדיג א זיכערע שמירה פאר די גאנצע שטאט ברוחניות ובגשמיות, תורה מגינא ומצלא!

ובזמן שהצדיק בעיר הוא הודה, זיוה והדרה!

ערהאבענער 'מסיבת מרעים והכרת הטוב' אנגענעם אפגעראכטן אין 'יו. דזשעי. סי.' הויפטקווארטיר

א גייסטרייכער מסיבת מרעים ומעמד הכרת הטוב איז דעם פארלאפענעם זונטאג ויגש העעל"ט געפראוועט געווארן בשבת אחים גם יחד, אין די הויפטקווארטירן פון די 'יו. דזשעי. סי.' אפיסעס, וואס האט געדינט אלס א פאסיגע אוונט פון הוקרה ושבח פאר די צענדליגער געטרייע אינגעלייט, שכינים וידידים, וועלכע זענען צו יעדער צייט בייהילפיג פאר תושבי העיר בכל לב ונפש.

דורכאויס דאס יאר ווערט טאקע אפגעהאלטן די מאנאטליכע מיטינגען אינערהאלב די 'ווילעדזש באורד', אזוי אויך קומען פאר רעגלסמעסיגע זיצונגען דורך די 'יו. דזשעי. סי.' באורד און באזונדער קומען זיך אויך צונויף די ביידע באורדס עטליכע מאל אין יאר, צו דוסקוטירן אנגייענדע פראיעקטן און זיך אויסשמועסן בעצה ותושי' פאר דער ווייטערדיגער פראגרעס פון אלע פולזייטיגע פראיעקטן לטובת הכלל והפּרט.

אבער אין צוגאב דערצו, קומט מען זיך צונויף איינמאל אין יאר צו א יערליכע 'מסיבת הכרת הטוב', וואו ס'ווערט אפגעגעבן די הכרת הטוב פאר די געטרייע עסקני הציבור, וואס לייסטן אזויפיל פון זייער צייט און פלאג פאר די וואוילזיין פון דעם ציבור. להביע רננות בעד מפעלם!

צו דער באשטימטער צייט, נאָכ'ן דאווענען אינאיינעם תפלת מנחה וערבית, האט מען זיך געזעצט צו די רייך-געדעקטע טישן וואו עס האבן זיך באטייליגט אלע ערוויילטע ווילעדזש באורד מיטגלידער, דער מעיאר און דעפיוטי מעיאר, דער ווילעדזש אטורני, אינאיינעם מיט די ערוויילטע 'יו. דזשעי. סי.' רעפרעזענטאטן פון אלע געגנטער בתוככי העיר.

באזונדער זענען געווען אנוועזנד די אלע געטרייע אישי הציבור וואס זענען עוסק בצרכי ציבור באמונה אלס מיטגלידער אינערהאלב די 'פלענינג באורד', 'זאונינג באורד', 'פארקס קאמישן', 'דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע' און אנדערע ווילעדזש פונקציעס, אינאיינעם מיט עסקני העיר וועלכע שטייען שטענדיג צוהילף פאר די איינוואוינער, בכל עת מצוא, מיט אזא איבערגעגעבנקייט און ענערגיע.

עס איז ברייטהארציג סערווירט געווארן ווארימע דעליקאטן און לייכטע געטראנקען, להחיות בהם נפש כל חי, ווען אין אַן אנגענעמער אטמאספערע האט מען פארברענגט צווישן זיך. ווי שיין איז טאקע געווען דאס בילד, זעהנדיג ווי עס זיצן אינאיינעם געטרייע אידישע ברידער וועלכע זענען פאראייניגט פאר'ן זעלבן ציל, פאר דעם עתיד פון אונזער באליבטע שטאט, וואו אידן זאלן קענען וואוינען מיט הרחבת הדעת, ארומגענומען מיט אן ערליכע הייליגע סביבה.

די נאבעלע מסיבת מרעים איז גלייכצייטיג געווען משולב מיט א מעמד סיום מסכת כתובות וואס איז געלערנט און געענדיגט געווארן דורך הרבני מו"ה יצחק פעלדמאן הי"ו, ווילעדזש טראסטי, וועלכער האט אויפ'ן ארט געמאכט דעם 'הדרן' און מכבד געווען מיט 'אמירת קדיש' הרבני הנכבד מו"ה אברהם משה הכהן ווייס שליט"א, ווילעדזש דעפיוטי מעיאר.

דאן האט מען געהערט פאסיגע אויפטריטן פון עטליכע עסקני העיר וואס האבן ווארעם באגריסט די פארזאמלטע און אפגעגעבן מעומק הלב דעם אנערקענטן 'הכרת הטוב' פאר אלעמען. מען האט דערביי ארויסגעהויבן די פעולות לטובה וואס איז ב"ה געטון געווארן בלויז אין די לעצטע תקופה און עס איז אויסגעשמועסט געווארן בתוך רבים די וויזיע פאר דעם קומענדיגן יאר, וואָס וועט בעז"ה עררייכט ווערן מיט די אחדות'דיגע צוזאמענארבעט פון אלע עסקנים, וואס איז דער גרעסטער יסוד פאר די הצלחה, צו גיין מחיל אל חיל.

ונתנו ידידים זמירות שירות ותשבחות! א לענגערע צייט האט מען אינאיינעם פארברענגט געשמאק מיט 'שעות של קורת רוח', וואו מ'האט זיך גלייכצייטיג אויסגעשמועסט נויטיגע פונקטן וויאזוי צו נאכמער אויפטון, נאכמער צו פארברייטערן, ערלעדיגן און דורכפירן וויכטיגע טעמעס, להרבות פעלים ולהרחיב גבולי הקדושה אויף פארשידענע אספעקטן כאיש אחד בלב אחד, מיט אן ערווארטעטע הצלחה פונקט ווי ביז היינט, וחפץ ה' בידינו יצליח.

די גייסטרייכע אוונט האט ב"ה געדינט דעם ריכטיגן ציל; מחד גיסא ארויסצוהייבן דעם ריכטיגן "הכרת הטוב" און געפילן פון שעצונג פאר די עוסקים בצרכי ציבור באמונה, און בחדא מחתא צו פארשטארקן דעם קעגנזייטיגן "קשר אמיץ" צווישן די טייערע עסקנים, צו ממשיך זיין מיט די פעולות החסד לטובת אלע בני העיר, ובשם ה' נעשה ונצליח!

למען צדקם, יגדיל ויאדיר

בלומינג גראוו נעמט אויף מיט גרויס פרייד עפענונג פון לאנדא׳ס סופערמארקעט

בשעה טובה ומצלחת, נעמען אויף אלע תושבי בלומינג גראוו מיט פרייד די עפענונג פון דעם גראנדיעזן און פראכטפולן נייע ״לאנדא׳ס סופערמארקעט״ דעם היינטיגן מיטוואך דאהי אין שטאט.

די נייע סופערמארקעט איז א ׳פאר ויופי׳ אין די גרויס פון ארום 10,000 סקווער פיס, פולקאם צוגערישט מיט א ברייטן אויסוואל פון פראדוקטן און צוגעהערן, און ווי אויך צוויי באזונדערע קיכן, פאר מילכיג, פליישיג און ווי אויך א פיש געשעפט.

דער געשעפט איז הערליך צוגעשטעלט און דעזיינט געווארן מיט א פאכמאנישקייט דורך די יוסי ג. דעזיין פירמע אליינס א תושב העיר.

אין צוגאב צו די 10 טויזנט סקווער פיס גראסערי, האט די ״לאנדא׳ס סופערמארקעט״ א באזונדערע 10 טויזנט סקווער פיס אויף דער אונטערשטע שטאק פונעם סטאונגעיט ביזנעס צענטער, אונטער דעם געשעפט, ווי עס ווערט צוגעשטעלט אלע נארהאפטיגע מאכלים און קעיטערינג און פון ווי עס וועלן ארויסגיין אלע פאון ארדערס. די אונטערשטע שטאק, איז צוגערישט מיט אלע פאסיליטיס צו קענען פארזיכערן די מאקסימום פלאץ און באקוועמליכקייט פאר די איינקויפער אויף די מעין שטאק.

עס איז אויך צוגעשטעלט געווארן פארקינג בהרחבה גדולה, אזויווי אלע אנדערע פראיעקטן דאהי.

די תושבים קוקן ארויס אויף די הצלחה און טוען וואונטשן פאר די בעלי הבתים פיל ברכה הצלחה ונחת לרוב און אסאך השפעות טובות.

דעם פארגאנגענעם זונטאג נאכט, איז כ״ק אדמו״ר מ׳סטאמאר שליט״א אראפגעקומען פערזענליך באגלייט מיט די ראשי קהילה והמוסדות פון קרית יואל, אפצוגעבן דעם כבוד הראוי פאר מו״ה שמואל אהרן לאנדא ני״ו חבר הנהלת המוסדות און טראסטי אין ווילעזדש אוו קרית יואל און זיין פאטער מו״ה מרדכי ני״ו, וועלכע העלפן שטענדיג ארויס און טוען עוסק זיין אין די קהילה און מוסדות.

נאכן ערשיינען, איז צום ערשט פארגעקומען א מעמד קביעת המזוזה ווי די רבי שליט״א האט אנגעקלאפט א מזוזה, דערנאך האט זיך די רבי שליט״א געזעצט צו א מסיבת לחיים און אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות פאר די משפחה, ובפרטיות א ברכת צלח ורכב פאר העסקן מו"ה ר' שמעון לאנדא ני"ו מתושבי העיר וואס גיבט זיך שטענדיג אוועק פאר די תושבים בכלל ובפרט און וועט פארפיגן מיט געניטקייט אויף דעם לאקאל.

דעם היינטיגן מיטוואך, האט זיך דער געשעפט געעפנט פאר א ״סאפט אפענינג״ אויף א רואיגן פארמאט פאר עטליכע וואכן, און עס איז ערווארטעט געמאלדן צו ווערן ווען עס וועט פארקומען דעם גראנדיעזע ״גרענד אפענינג״ בקרוב ובשעה טובה ומצלחת, מיטן רעכטע פיס.

ימין ושמאל תפרוצו!