ווילעדזש שאטעל סערוויס אויף פויזע

אין די פארגאנגענע וואכן איז דער ווילעדזש ״שאטעל״ טראנספארטאציע פראגראם געלייגט געווארן אויף פויזע, צוליב וואס ווי עס שטעלט זיך ארויס איז נאך איבער א יאר פון אפערירן דעם פראגראם, און טראץ פילע פארבעסערונגען, צוגעלייגטע שעות און סקעזשועל טוישונגען נאכנישט פארהאן גענוג רייזענדע אויף די שאטעל, אז עס זאל זיך קענען אויסהאלטן פון זיך אליין און מען האט יעדע איינציגע וואך געברויכט צולייגן גרויס געלט צו קענען אנגיין מיטן סערוויס.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז דער שאטעל האט דערווייל אפערירט מיט פאנדינג פונעם בודזשעט אנע עקסטערע פראגראמען וואס דאס איז א גרויסער פינאנציעלער לאסט פאר די שטייער צאלער.

דער ווילעדזש ארבעט שוין פאר א שטיק צייט ארויפצוגיין אויף די ״טראנזיט אראנדזש״ פראגראם, וועלכע ברענגט פאנדינג פון די סטעיט און די קאונטי, צו דעקן דעם גרעסטן טייל פון די שאטעל בודזשעט, און די איבריגע אויסגאבן דארף זיך דערנאך קענען אליינס דעקן פון איינקונפט פון די רייזנדע, אבער ארויפצוגיין אויף דעם פראגראם איז א לענגערע ביוראקראטישע פראצעדור, און די ווילעדזש קאנסולטאנטן גיבן איבער אז דאס קען נאך נעמען זעקס מאנאטן ביז עס וועט ווערן הונדערט פראצענטיג מסודר און די פאנדן וועלן אנהייבן אריינקומען.

ווי מיר שטייען אצינד אין דעם בודזשעט סעזאן, און מען מאכט דעם יערליכן דין וחשבון אפצושפארן יעדן לעצטן דאלער און צענט, שטעלט זיך ארויס אז דער שאטעל איז לעול ולמשא און איז א איבריגע לאסט פון עטליכע הונדערט טויזנט דאלער א יאר פאר די ווילעדזש שטייער צאלער, און איז באמת נישט קיין יושר אז דער ציבור זאל דאס דארפן טראגן, ווען די שאטעל קען זיך נישט אליינס אויסהאלטן לכה"פ אויף 50 פראצענט און אפילו ווייניגער.

אלזא, האט דער ווילעזדש באורד געטון דאס אחריות'דיגע שריט און "דערווייל" סוספענדירט דעם שאטעל סערוויס, דערביי שפארנדיג איבער 300 טויזנט דאלער פער יאר פאר די שטייער צאלער.

צו די זעלבע צייט זיצט מען נישט מיט פארלייגטע הענט נאר די ווילעדזש ארבעט אויף עטליכע מהלכים און מיט אנדערע אפערירער, צו זען ווער עס קען אריינקומען אויף דערווייל און אנפילן דעם לאך פון טראנספארטאציע סערוויס וואס האט זיך געשאפן.

ווילעדזש אדאפטירט באלאנסירטן בודזשעט פאר דעם קומענדיגן יאר אנע שטייער העכערונג

די פארגאנגענע וואך האט דער ווילעדזש אדאפטירט דעם נייעם בודזשעט פאר קומענדיגן יאר 2025 למספרם.

דער בודזשעט איז היפש געהעכערט געווארן פון די פארגאנגענע יארן, צוליב די אויסברייטערונג פון ווילעדזש סערוויסעס און די פארמערטע אויסגאבן און ווי אויך צוליב די העכערע קאסטן פון סערוויסעס און מאטריאל.

מיט דעם אלעם איז אריינגעלייגט געווארן פיל ארבעט דורך די ווילעזדש באאמטע און די פינאנציעלע שטאב אז עס זאל בעזרת השם יתברך נישט זיין קיין שטייער העכערונג פארן ציבור.

מען איז איבערגעגאנגען יעדע איינציגע אויסגאבע פונעם פארגאנגענעם יאר און שוקל געווען צו דאס פעלט אויס.

פון איין זייט האט מען צוגעלייגט נייע אויסגאבן, א שטייגער ווי פאנדס אויסצוהאלטן די טעגליכע אפעראציעס פונעם פייער דעפארטמענט וואס איז געפלאנט צו גיין אקטיוו ביז געציילטע וואכן, און נאך.

פון די צווייטע זייט האט מען געשניטן אויסגאבן ווי למשל די שאטעל סערוויס וועלכע קען זיך דערווייל נישט דעקן פון די קליינע צאל רייזנדע און איז נאכנישט גע׳פאנדעט דורך רעגירונג גרענטס.

די ווילעדזש ערווארט צו באקומען בעזהשי״ת די פאנדינג פאר די שאטעל באס אין די קומענדיגע שטיק צייט, וואס וועט העלפן דאס רעדוצירן דעם בודזשעט און צוריקזען די באסעס אויפן ראוד.

דער מציאות אז ברוך השם די שטאט ווירבלט מיט פרישע דירות און קאמערציעלע בנינים העלפט אויך צו מיט שטייער איינקונפט און אראפצוהאלטן דעם שטייער ביל פאר יעדן יחיד.

ברוך השם ווי עס פארמערט זיך מידי שבוע ושבוע נייע תושבים דאהי כן ירבו, לייגט עס צו איינקונפט אויפן קאלעקטיוון שטייער ביל פון וואס יעדער תושב שניידט די פירות.


דעפארטמענט אוו פובליק ווארקס פארברייטערט עקזיסטירנדע גאראזדש

די ווילעזדש פובליק ווארקס גאראזדש ווערט אויסגעברייטערט אויף איבער דאפעלט די גרויס צו אויפהאלטן דעם מעקעניק שאפ, אלע אפאראטן, טראקס און אנדערע עקוויפמענט פאר די פובליק ווארקס דעפארטמענט ביים ווילעדזש הויפטקווארטיר אויף רוט 208.

די קאנסטרוקציע קומט נאכן אויסצופלאכן דעם שטח פונעם פראפערטי, עס צו מאכן נוצבאר פאר אלע דעפארטמענט אוו פובליק ווארקס אפעראציעס, נאך וואס די ווילעדזש האט קיינמאל נישט געהאט אזא סארט דעפארטמענט אין די פארגאנגענהייט, צוליב וואס אלע ארבעט איז געווארן ארויסגעגעבן פאר דרויסענדיגע קאנטראקטארס און פירמעס.

די גאראדזש ווערט געבויעט דורך די CSB קאנסטרוקציע פירמע, וואס זיי זענען אין קאנטראקט צו שארן די שניי דאהי, די קאסטן פון די קאנסטרוקציע קומט פולקאם פריי פון אפצאל פאר די שטייער צאלער, וויבאלד דאס איז א תנאי אלס טייל פון זייער צען יאריגן קאנטראקט וואס די פירמע האט באקומען צו שארן די שניי אינעם ווילעדזש, אז זיי ברויכן בויען א גאראדזש פאר די דעפארטמענט אויף זייער אייגענע קאסטן, וואס אויסער וואס די ווילעדזש ברויך נישט באצאלן פאר די קאנסטרוקציע, בלייבט די גאראדזש אונטער די ווילעדזש אייגנטום, ווען דער קאנטראקט לויפט אפ.

ווילעדזש באאמטע באטייליגן זיך ביי חנוכה פייערונגען ביים גאווערנאר

אין די איצטיגע וואכן, ווען די חנוכה טעג און להבדיל די חאגע סעזאן טוען אויסקומען צו דער זעלבע צייט, ווערן די פאליטישע קשרים אויסגעניצט צו פארשטערקערן די באציאונגען מיט די גאווערנמענט פירערשאפט אויף וועם מיר זענען אנגעוויזן איבערן יאר פאר אן אוזן קשבת פאר די שטאט לטובתנו ולהנאתינו.

ווי אין די פארגאנגענע יארן, זענען די ווילעדזש באאמטע געווארן איינגעלאדנט צו אנטיילנעמען ביי פארשידענע פארזאמלונגען און מסיבות, מיט די הויכראנגיקע פאליטישע פיגורן פון ניו יארק סטעיט.

צווישן די פארזאמלונגען, איז פארגעקומען א גאר ערהאבענע באזוך ביי גאווערנאר האקול יר"ה אין די עקזעקיוטיוו מענשאן אין אלבאני, ווי די באאמטע האבן זיך געטראפן מיט פירערס פון אלע אידישע גרויסע מוניציפאליטעטן, און געגנטער, מיט וועם דער ווילעדזש טוט שטענדיג אנהאלטן א שטארקע צוזאמנארבעט און קשר, ווי מען העלפט זיך כסדר ארויס איינעם דעם צווייטן, בעצה ותושיה על כל צעד ושעל.

די גאווערנאר האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער, ווי זי האט ארויסגעברענגט איר שטארקע שטיצע פאר די אידן אין ניו יארק סטעיט, ספעציעל יעצט אין דעם שווערן מצב בארצינו הקדושה, די גאווערנאר האט זיך פארפליכטעט ווייטער זיכער צו מאכן אז די זיכערהייט און סעיפטי פון די חדרים/שולעס, בתי מדרשים און געגנטער זענען אויף די העכסטע פריאריטעט ביי די סטעיט אגענטורן, און ווי אויך האט זי פארשפראכן פרישע רונדעס פאנדינג פאר סעקיוריטי איניציאטיוון פאר די אידישע קאמיוניטיס איבער די סטעיט.

אויך האט די גאווערנאר באדאנקט אלע הצלה ארגאניזאציעס און וואלונטירן, הרב יחיאל קאליש ני"ו דער פארזיצער פון די צענטראלע חברה הצלה אין ניו יארק סטעיט, האט אויפגעטרעטן מיט טרעפליכע דיבורים צום געלעגנהייט.

די עסקנים האבן נאכער געהאט, יעדער באזונדער, איטליכע מינוט צו רעדן צום גאווערנאר פריוואט בנוגע ספעציפישע אנגייענדע אישוס און צרכי ציבור.

דער עולם האט פארלאזט דעם אווענט מיט גוטע געפילן און וואונטשן, און צו ווייטער אנהאלטן די קשרים לטב ולמוטב להרחיב גבולי הקדושה.

לב מלך ושרים ביד השם!

וויכטיגע מעלדונג

תושבי ארלינגטאן דרייוו - שכונת קעפיטאל הילל

מיר האבן קאנפערירט מיט די דרכי יושר באס פירמע, און בעזרת השם יתברך וועלן די באסעס ווייטער ארויפפארן ביז אויבן ביים Cul-de-sac.

ווי שטענדיג אויב מאכט זיך סיי וואסערע פראבלעם אדער מיספארשטענדעניש ביטע דאס תיכף מעלדן צו דעם יו. זשעי. סי. פארשטייער פון אייער געגנט אדער קענט איר לאזן א מעסעזדש אויף 845.237.4828

וויכטיגע מעלדונג

תושבי קעפיטאל הילל

או. ענד אר. פירמע טוט אין די איצטיגע טעג דורכפירן רענעוואציעס ביי די מעין גאז ליניע אויף ווירדזשיניע עוועניו.

עס איז ערווארטעט דורכאויס די ארבעט, א פארמערטע טראפיק פלוס ווי געווענליך, מען בעט דעם ציבור צו קענטעניס נעמען מיט פארשטענדעניש און צו אויסמיידן די פארקער, צו העלפן די ארבעט אנגיין מיטן פולסטן קראפט.

מיר וועלן ווי שטענדיג האלטן דעם עולם אינפארמירט מיט ווייטערטיגע אנטוויקלונגען.