ווי מיר האלטן איצטערט אין די זוממער טעג און ווי פארשטענדליך הייבן די קינדער אן צו שפילן מער אויף די לאקאלע גאסן, פילן מיר פאר וויכטיג צו דערמאנען די עלטערן איבער די סעיפטי און זיכערהייט כללים וואס מען ברויך ציוויסן געבן פאר די קינדער, וויאזוי צו זיין פארזיכטיג ביים זיך שפילן אויף די ראודס און אויף די גאסן, ספעציעל ביים שפילן מיט בייקס און סקוטערס.

  1. אנטאן א העלמעט: מען קען שרייבן לאנגע שורות און עס וועט קיינמאל נישט זיין איבעריג, איבער דאס וויכטיגקייט פון גיין מיט א העלמעט ווען מען רייזט מיט א בייק אדער סקוטער, דאס איז וויכטיג פאר קינדער און עלטערע צוגלייך. מאכט זיכער אז די העלמעט איז די ריכטיגע מאס פאר דעם רייזענדער.

  2. רייזן אויף די זייט פונעם ראוד: מאכט זיכער אז אייער קינד טוט רייזן און זיך שפילן בלויז אויף די זייטן פונעם ראוד. עס איז אויך גאר וויכטיג צו האלטן אן אפענע אויג פאר לעכער, קעטש בעיסינס און סיי וועלכע אביעקטן מען קען זיך אנשטויסן, ווען מען רייזט אויפן ראוד.

  3. טראפיק לייטס: ווען מען רייזט אריבער א ראוד, לערנט די קינדער צו בעטן אן ערוואקסענעם בעפאר אריבערגיין די גאס. טראפיק ליכט רעגולאציעס איז אינפארסירט פאר אויטאס, בייקס און פיסגייער צוגלייך.

  4. בליינד ספאט"ס: סקוטערס און בייקס האבן נישט קיין שפיגלען, עס איז קריטיש וויכטיג מסביר צו זיין פאר די קינדער אז זיי זאלן זיין באוואוסטזיניג איבער דעם ארום, סיי פון אנדערע בייקס און סקוטערס און אוודאי פון קארס - בעפאר זיי פארן אריין און ארויס פון דרייוועיס און גאסן, און בעפארן אריבערגיין פון איין זייט גאס צום צווייטן.

  5. רייזן שנעל: לערנט אייערע קינדער נישט צו רייזן מיט א שנעלקייט אויף בייקס און וויאזוי אראפצוטאנצן פון א בייק אדער סקוטער, אויב די ברעיקס ארבעטן נישט און עס איז שווער זיך אפצושטעלן.

  6. רעגן: ווען עס רעגנט אדער ווען די ראודס זענען נאס און גליטשיג, מאכט זיך פיל מאלפונקציעס מיט די ברעיקס. מערסטנס בייקס און עלעקטרישע סקוטערס זענען נישט אויסגעשטאטעט צו קענען פארן אויף נאסע ראודס.

  7. ביינאכט: בייקס און סקוטערס זענען גאר אוממערקבאר אין די נאכט שטונדן, מאכט זיכער אז די בייק האט כאטש איין שטארקע לייט פון פארנט און פון הונטן, און אז דער רייזענדער האט אן רעפלעקטארס.

  8. פיסגייער: פיסגייער האבן אייביג די ״רייט אוו וועי״. אויב די גאס איז צו שמאל, שטעלט אפ דעם סקוטער און קומט אראפ פון אייער בייק ביז דער פיסגייער איז אדורך.

  9. מעכאניקס און פונקציעס: עס איז וויכטיג אפט איבערצוקוקן די בייקס און סקוטערס, זיכער צו מאכן אז עס טוט פולקאם פונקציאנירן און אז די ברעיקס, רעדער און האנד-הענטלען ארבעטן ווי עס ברויך צו זיין, און ווי אויך אז די לעקטערס פונקציאנירן און אז עס ווערט געזען פונדערווייטנס.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.