פאלגנד זענען וויכטיגע דאטומס בנוגע די פרישע טאון שטייער שאצונגען און וויאזוי צו פארהאנדלען מיטן טאון טעקס דעפארטמענט
May 1 - פרייטאג אמור
ווערט ארויסגעלייגט די פרישע שטייער שאצונג
May 6 - מיטוואך בה"ב
די טעקס אפשאצערין וועט זיצן אינעם טאון האל צו אדרעסירן און פארהאנדלען אויף א פערזענליכן פארמאט איבער אייער טעקס שאצונג
אדרעס: 6 Horton Rd.
אונטערשטע שטאק, אריינגאנג פון הינטערן בנין.
צייט: פון 6 ביז 8 אווענט.
May 7 - דאנערשטאג בה"ב
די טעקס אפשאצערין וועט זיצן אינעם ווילעדזש האל צו אדרעסירן און פארהאנדלען אויף א פערזענליכן פארמאט איבער אייער טעקס שאצונג
אדרעס: 811 State Route 208
אונטערשטע שטאק, צייט: פון 10 אינדערפרי ביז 12 מיטאג.
May 26 - דינסטאג נשא
Grievance Day
דאס איז דער דעדליין אריינצוגיין אייערע טענות איבער די פרישע טעקס שאצונג פאר די אפשאצערין מיט די באורד אוו טעקס אסעסמענט.
די טעקס אפשאצערין וועט זיצן אינעם טאון האל צו אדרעסירן און פארהאנדלען אויף א פערזענליכן פארמאט איבער אייער טעקס שאצונג
אדרעס: 6 Horton Rd.
אונטערשטע שטאק, אריינגאנג פון הינטערן בנין.
צייט: פון 1 ביז 4 מיטאג, און פון 6 ביז 8 אווענט.
פאר סיי וועלכע שאלות:
Town of Blooming Grove Assessors Office
Phone: 845-496-5223 Ext. 5
צו פארזיכערן אייער אנטייל, ברענגט מיט אייער אריגענעלע RP524 אפליקאציע, וועלכע קען ווערן דאונלאודעד פון די פארבייגעלייגטע לינק. קאפיעס, אי-מעילס אדער פעקס וועט נישט ווערן אנגענומען.
צו די זעלבע צייט קענט איר אויך קאנטאקטן אונזער חשוב'ן טאון קאונסילמאן סיי ווען איבער אלע אייערע טעקס אדער אנדערע טאון ענינים.
Phone: 347-228-9304
מיר באדאנקען ר' אלימלך שמשון פארן ארלעדיגן צום ערשטן מאל אז די טעקס באאמטע זאלן אראפקומען לאקאל דא אינעם ווילעדזש האל פאר די באקוועמליכקייט פון די תושבים.
תשואות חן לו
שמועס