ווי פאר אלעמען באקאנט, ציהט זיך שוין א לאנג-יעריגע געריכט איבער וואס די וואשינגטאנוויל סקול דיסטריקט טוט דיסקרימינירן די איינוואוינער דאהי פון זייער ערליך פארדינטע און שטייער באצאלטע טראנספארטאציע סערוויסעס.

די קעיס איז איבער די 21 טעג, ווען די מוסדות זענען אפן, אבער די סקול דיסטריקט איז פארמאכט, א שטייגער ווי חגאות. די טראנספארטאציע פאר די טעג האט אפילו נישט קיין איבריגע קאסטן פאר די סקול דיסטריקט, וויבאלד עס ווערט באלאנסירט מיט די טעג וואס די מוסדות זענען נישט אפן, א שטייגער ווי להבדיל די ימים טובים.

די סקול דיסטריקט טוט זיך שלאגן מיט ציין און נעגל נישט צו דארפן באצאלן פאר די 21 טעג, וואס דאס טוט דורכדעם אפקאסטן פאר די היגע איינוואוינער אחינו בני ישראל, הונדערטער טויזנטער דאללער קאלעקטיוו, פער יאר.

ברוך השם, דער געריכט גייט אין די גוטע דירעקציע און די קעיס איז געווארן אנגענומען ביים העכסטן אפעלאט געריכט, וועלכע איז דער פערטער סירקויט אוו אפיעלס אין ניו יארק סטעיט.

אצינד, ווי דער קעיס איז ערווארטעט געהערט צו ווערן אין די נאנטע וואכן, זענען די יו. דזשעי. סי. עסקנים ארויס מיט א ביטע צו די מוסדות התורה אין קרית יואל, אז זיי זאלן אריינשיקן צום העכסטן אפעלאט געריכט חיזוק און הערצה בריוון און ווי אויך לעגאלע מיינונגען און רעקאמענדאציעס, וועלכע רופט זיך אן "אמיקוס בריעף", לטובתינו.

הר״ר משה אלי׳ עסטרייכער שליט"א, דער אדמיניסטראטאר פון מוסדות ויואל משה, ואתו עמו הר״ר שלמה זלמן ווייס שליט"א דער אדמיניסטראטאר פון מוסדות תורה ויראה וואס שטייען אונז אייביג צו הילף, סיי ווען עס איז געקומען לגבי טראנספארטאציע און סיי ביי אנדערע מצבים, האבן אויף זייערע קאסטן אראנדזשירט דעם גאר מאכטפולן אדוואקאטן פירמע וואס שטייט שטענדיג צום דינסט פאר ביידע מוסדות, און שפיץ פונעם באקאנטן אדוואקאט מיסטער ריטשארד מעהאן, ווי יעדער געדענקט נאך איז ער געווען גאר אינסטרומענטאל ביי די קאוויד עפאכע, אז מען זאל קענען צוריק עפענען די מוסדות התורה ווי אמשנעלסטן דאהי אין אראנזש קאונטי.

מר. מעהאן מיט זיין היסטאריע און פארשטאנד בנוגע מוסדותינו הקדושים האט אפגעשריבן א דעטאלירטן און מאכטפולן "ליגעל אפיניען" צום אפעלאט געריכט לטובתינו, און עס איז געפיילט געווארן דעם יעצטיגן מיטוואך שמיני בשעה טובה ומוצלחת.

באזונדער איז אריינגעשיקט געווארן אן "אמיקוס בריעף" דורך אגודת ישראל ד'אמעריקע וואס טוט מיטהאלטן פונדערנאנט אלע אקטיוויטעטן דאהי, ווי זיי האבן שוין פיל ארויסגעהאלפן דעם ציבור מיטן ארלעדיגן דעם טעקס וועטא פונעם גאווערנאר אינעם עבר, און וויבאלד דער אויסגאנג פון דעם קעיס קען בעזרת השם יתברך האבן גאר גונסטיגע רעזולטאטן פאר די הונדערטער מוסדות התורה איבער גרעיטאר ניו יארק ווי זיי פארטרעטן א גרויסן ציבור תלמידים, האבן זיי אויך אנטייל גענומען אצינד שכם אחד לטובת הענין.

דער קעיס איז אויפן קאלענדער געהערט צו ווערן אום מאי 15 למספרם ובשעה טובה ומוצלחת.

וחפץ השם בידינו יצליח, ובשם השם נעשה ונצליח, ותשואת חן חן להם!

💡
שרייבט אייך איין אויף אונזער פלאטפארמע צו זעהן די בריוון

"אמיקוס בריעף" פון מוסדות התורה אין קרית יואל

"אמיקוס בריעף" פון אגודת ישראל ד׳אמעריקע