סאָפיסטיקירטע טעכנאָלאָגישע 'סענסאר' וועט קאָנטראָלירן אַ לייכטע טראַפיק פלוס מיט מאַקסימאַלסטע זיכערהייט אויף די פאַרנומענע אינטערסעקשאָן

די טויזנטער רייזנדע מאָטאָריסטן אויף דעם רוישיגן 208 רד. האָבן דעם פאַרלאָפענעם מיטוואָך משפּטים העעל"ט דינסטאג באַגריסט מיט צופרידנהייט, ווען אין אַ מזל'דיגע שעה איז דורכגעפירט געוואָרן די לעצטע און ענדגילטיגע שטאַפּל ביים אינסטאָלירן די וויכטיגע "טראַפיק ליכט" סיגנאַל ביי דעם אינטערסעקשאָן וואו דער 208 רט. גרעניצט זיך מיט מאונטען רד. אַ שריט וואָס וועט גענצליך טוישן דעם פאַרנומענעם ווינקל צום גוטן.

ס'איז שוין עטליכע חדשים פאַראיבער זינט די ווילעדזש אַדמיניסטראַציע האָט אינסטאָלירט דעם לאַנג – ערוואַרטעטן  טראַפיק סיגנאַל ביי דעם ווינקל, וואָס איז געווען אַ פאַרצווייגטע און קאָסטבאַרע פּראָיעקט אונטערגענומען אויף די ווילעדזש קאסטן און טערמינען, אַז דער פּראָצעדור זאָל נישט דאַרפן זיין אָנגעוויזן אויף די פאַרצויגענע ביוראָקראַטיע פון דרויסנדיגע אַגענטורן.

בלויז אין די קורצע צייט וואָס דער טראַפיק סיגנאַל איז אין אַפעקט זעט מען שוין ב"ה די גינסטיגע רעזולטאַטן, מיט אַסאַך מער רואיגקייט אויפ'ן ראָוד, ווינציגער עקסידענטן און כמעט-עקסידענטן, און אַ נייע עפּאָכע פאר די טויזנטער דרייווער וועלכע האָבן שוין אַזוי אַרויסגעקוקט דערויף.

אַצינד איז געקומען צום שלוס דער פּראָיעקט, ווען די סטעיט DOT האָט ענדליך באַקומען די נויטיגע טיילן צו ערגענצן דעם סיסטעם, דורך צולייגן אַ סאָפיסטיקירטע טעכנאָלאָגישע 'סענסאר', וואָס וועט אויפכאַפּן ווען קאַרס קומען אַראָפּ פון מאַונטען רד. אין ריכטונג פון דעם 208 רד. און וועט לויט דעם טוישן דעם טראַפיק סיגאנל.

דער סיסטעם וועט ערמעגליכן אַז ווילאַנג עס קומען נישט אַראָפּ קיין קאַרס פונעם בארג וועט די ליכט בלייבן אנגעצינדן גרין אויף ביידע זייטן פונעם 208. הערשט ווען אַ וויהיקעל וועט קומען צופאָרן וועט זיך די סיגנאַל טוישן, צו אַריבערלאָזן די אָנקומענדע טראַפיק פון מאַונטען רד. דאָס וועט ערמעגליכן אַז די פלוס פון דעם טראַפיק זאל פאָרן מיט די מאקסימאלע שנעלקייט, און עס זאָל זיין וואָס ווייניגער אָנגעשטויסן אויפ'ן ראָוד, צו דער צופרידנהייט פון מאָטאָריסטן.

דערמיט איז ב"ה געקומען צום שלוס די לאַנגיעריגע און וויכטיגע אינטערווענץ דורך די שליחי הציבור, וועלכע האָבן בעז"ה באַוויזן צו אַהערשטעלן און פאַרענדיגן דעם גאַנצן פּראָיעקט מיט אַזאַ געניטע סוקסעס.

די תועלת פון דעם שריט וועט נאָכמער קומען צום אויבערפלאַך אין דער נאָנטער צוקונפט וועט דער געגנט וועט בעז"ה זיין אַ מעגאַ – צענטער פון היימישע ביזנעס, שאַפּינג און דירות פּראָיעקטן פאַר'ן געברויך פון די טויזנטער תושבי העיר. אַזאַ שריט פון אַהערשטעלן די סאָפיסטיקירטע פונקציעס פאר דעם טראַפיק ליכט איז דעריבער אַ גאָר געבענטשטע אַנטוויקלונג פאַר'ן עתיד פון דער גאַנצער אומגעגנט.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכך!