די וואך, זונטאג פרשת נצבים וילך, איז פארגעקומען א דערהויבענע מעמד הכנסת ספר תורה אין ישיבה גדולה ד׳בלומינג גראוו, בהנהלת הרה״ג ר׳ זכרי' דוב וויזענפעלד און הרה"ג ר' יהושע ארי' קלוגמאן שליט״א, ווי עס האבן זיך באטייליגט די תלמידי הישיבה און זייערע עלטערן. ווי אויך האט זיך אנגעזען א גרויסע ציבור פונעם שטאט און עסקנים און פאליטישע פיגורן וואס זענען זיך געקומען באטייליגן ביי די שמחה.

דעם מעמד איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם, ווי עס האט זיך באמת ארויסגעוויזן דעם שטארקן כח התורה דאהי אין בלומינג גראוו, להגדיל תורה ולהאדירה!

שישו ושמחו בשמחת התורה!