16 ארטיקלען

208

רוט 208 איז דער הויפט שאסיי דורך סאוט בלומינג גראוו. אפדעיטס איבער די ארבעט ביים מאונטען ראוד קארנער מיט די נייע טראפיק לייט און פעססינג לעין, פלענער און גרענטס מיט די DOT אויסצוברייטערן די ראוד און מאכן סיידוואלקס, צוזאמען מיט נייעס פון לאנדא׳ס סופערמארקעט, די היימישע פלייש געשעפט און דעם סליעפ אין האטעל.

ארטיקלען

  • די עלינאר רוזעוועלט ניו יארק סטעיט אפיס געביידע וואו עס געפינט זיך די אפיס פון DOT Region 8

    העכסט פראדוקטיווע מיטינג אפגעהאלטן מיט די נייע DOT Region 8 דירעקטאר

    די וואך איז פארגעקומען א פראדוקטיווע זיצונג צווישן די ווילידזש באאמטע און די נייע דירעקטאר פון 'ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע' (DOT) פאר Region 8, וועלכע איז לעצטנס נאמינירט געווארן צו די פאזיציע דורך די סטעיט קאמישאנער. די דאזיגע Region פירט אן מיט אלע סטעיט הייוועיס און

  • דער סליעפ אין האטעל אויף רוט 208 אין בלומינג גראוו א מינוט צו לייענען

    סליעפ אין האטעל גייט אריבער טראנספארמאציע צו באדינען היימישע געסט

    דער אלעמען באקאנטער סליעפ אין האטעל וואס געפינט זיך אויף רוט 208 קארנער מאונטען ראוד גייט אדורך אין די טעג א טראנספארמאציע, ווי די אייגנטימער האבן אויפגעבויט א הערליכן שמחה זאל ביי די זייט פונעם האטעל, צו סערווירן די אידישע געסט פון דאהי און פון דרויסן, וואס קומען אהער אויף

  • אינזשענירונג פלאן פאר א ראונדאבאוט אויף רוט 208 אין בלומינג גראוו

    ווילעדזש ערהאלט גרענט פאר אינזשענירונג און דעזיין אויסצוברייטערן רוט 208

    די פארגאנגענע וואך האט די ווילעדזש באקומען א גרענט פון $140,000, פאר די קאסטן פון די דעזיין און אינזשענירונג ארבעט איבערצומאכן וויכטיגע טיילן פון רוט 208, ווי מען גייט אנהייבן די אויסברייטערונג פראצעדור. די אויסברייטערונג פראיעקט איז צוטיילט אויף עטליכע פאזעס, ווי די ווילעדזש ערווארט צו באקומען פאר דעם

  • די נייע פעססינג און טוירנינג ליניעס ביים טראפיק ליכט אויף רוט 208 קארנער מאונטען ראוד אין סאוט בלומינג גראוו א מינוט צו לייענען

    לאנגיעריגער רוט 208 און מאונטען ראוד פעססינג לעין פראיעקט פארטיג געווארן

    בעזרת השם יתברך ובשעה טובה ומוצלחת איז פארטיג געווארן די לאנגיעריגע פראיעקט ביי רוט 208 קארנער מאונטען ראוד צוצולייגן א פעססינג ליניע צו פארגרינגערן די טראפיק פאר די טויזנטער רייזנדע וואס פארן אדורך דעם אינטערסעקשן טאג טעגליך. דער פראיעקט איז אייגנטליך פון די ערשטע אונטערנעמונגען וואס די איצטיגע ווילעזדש אדמינסטראציע

  • קאנסטרוקציע ארבעטער און פרישע פלאסטערונג ביי די מאונטען ראוד און רוט 208 אינטערסעקשאן

    מאונטען קארנער רוט 208 אפדעיט

    בעזהשי״ת רוקט זיך פאראויס די ארבעט ביי די מאונטען ראוד און רוט 208 אינטערסעקשאן, מיר האפן צו קענען פולקאם עפענען דעם פעססינג לעין ביי די ענדע קומענדיגע וואך פרשת דברים הבעל״ט. אין די קומענדיגע טעג, וועט מען אפקראצן און איבערפלאסטערן די צוויי שוין עקזיסטירנדע ליניעס און אזוי אויך

  • לופט בילד פון טראפיק ביי די אינטערסעקשאן פון רוט 208 און מאונטען ראוד

    מאונטען ראוד קארנער רוט 208 אפדעיט

    בעזהשי"ת קומענדיגע מאנטאג פרשת פנחס, ולמס׳ יולי 14, וועט די ארבעט פון אויסברייטערן און צולייגן די פעססינג ליניע צום ראוד ביי די רוט 208 און מאונטען ראוד אינטערסעקשאן צוריק אריינגיין אין קראפט. ווי פארשטענדליך איז ערווארטעט אן אנוועזענהייט פון קאנסטרוקציע טראקס און שטאב מיט טראפיק לענגער ווי געווענטליך.

  • ארבעטס טראקס מסדר די דראטן אויף די עלעקטרישע זוילן ביי מאונטען קארנער רוט 208

    מאונטען קארנער רוט 208 אפדעיט

    ברוך השם מיט גרויס סייעתא דשמיא און נאך פיל השתדלות האט די ניו יארק סטעיט טראנספארטאציע דעפארטמענט ענדליך צוגעשטימט און געגעבן ערלויבעניש פאר די פירמעס פון Altice און Optimum צו קומען מסדר זיין זייערע דראטן אויף די עלעקטרישע זוילן בכדי מען זאל קענען פארטיגן די נייע טראפיק ליניע. מיר האפן

  • די לעצטע צוויי אלטע שטאנגען מיט אינטערנעט דראטן ביים מאונטען ראוד און רוט 208 פראיעקט אנגעצייכנט מיט גרינע רינגען

    מאונטען קארנער רוט 208 אפדעיט

    ווי דער ציבור האלט מיט איז דער פראיעקט ווידער פארשלעפט געווארן, ווי שוין נאך וואס מען האט אריבערגעצויגן די עלעקטרישע דראטן צו די נייע שטאנגען, האט זיך געמאכט א שטרויכלינג ווען די פירמע וואס פארפיגט איבער די אינטערנעט און פייבער-אפטיק ליניעס, איז איצטערט אין געריכט מיט די ניו יארק

  • שווערע מאשינערי און ארבעט ביים Sleep Inn סיין ביי מאונטען ראוד קארנער רוט 208 אין שניי

    מאונטען קארנער רוט 208 אפדעיט

    ווי דער עולם טוט מיטהאלטן מיט די כסדר׳דיגע שנייען און פראסטן אין די לעצטערע וואכן, איז דער פראיעקט עטוואס פארשפעטיגט, צוליב וואס די רוט 208 איז א סטעיט ראוד און מען ברויך נאכקומען אלע סטעיט רעגולאציעס און פארשריפטן פון קאמפרעסן און קאמפאקטן די ערד אונטער דעם נייעם לעין, ווי

  • שווערע קאנסטרוקציע מאשינערי און עקוויפמענט גרייט צו דער ארבעט ביים אינטערסעקשאן פון מאונטען ראוד און רוט 208

    מאונטען קארנער רוט 208 אפדעיט

    קומענדיגע וואך פרשת וארא, וועט מען בעזרת השם יתברך ובשעה טובה ומצלחת אנהייבן די קאנסטרוקציע ארבעט אויף די אינטערסעקשאן צוצולייגן די נייע ליניע אויף רוט 208, עס איז ערווארטעט א פארמערטע אנוועזענהייט סיי פון קאנסטרוקציע ארבעטער, העווי עקוויפמענט און מאשינערי פאר דעם פראיעקט, וואס וועט צוברענגען א פארלענגערטע טראפיק. עס

  • הרחבת גבולי הקדושה היסטאריע - היימישע פלייש געשעפט א מינוט צו לייענען

    הרחבת גבולי הקדושה היסטאריע - היימישע פלייש געשעפט

    עס איז אונז א פרייד צו מעלדן די געוואלדיגע אנטוויקלונג אין הרחבת גבולי הקדושה, ווען בעזהשי״ת ובשעה טובה ומוצלחת איז היינט זונטאג געעפנט געווארן די סאמע ערשטע היימישע פלייש געשעפט דאהי. עס איז א היסטארישע דורכברוך ווען ברוך השם מען קען שוין היינט אלעס קויפן לאקאל, אבער אין די

  • ווילעדזש פארשטייער, אינזשענירן און NYSDOT ארבעטער קוקן איבער פלענער ביי א מיטינג נעבן רוט 208 א מינוט צו לייענען

    מאונטעין קאר. רוט 208 אפדעיט

    די או. ענד אר. פירמע האט דערווייל נישט אנגעהויבן די ארבעט מיטן רוקן די שטאנגען מחמת פארשידענע ביוראקראטישע תירוצים אזוי ווי זענען גוט באקאנט. עס הייסט אצינד אז די ארבעט וועט "האפנטליך" געטון ווערן נעקסטע וואך. דער ווילעזדש פראגרעסירט דערווייל מיטן פראיעקט, נעכטן דינסטאג איז פארגעקומען א פרי-

ווייז נאך ענדע פון די ליסט