בר ישראל דאית ליה דינא, לימצי נפשיה באדר - דבריא מזליה

היינט מאנטאג האט דער ריכטער ארויסגעווארפן די קלאגעס וואס זענען אריינגעטראגן געווארן דורך דעם אלעם באקאנטן טרויעריג בארימטן טאון סופערווייזאר, אינאיינעם מיט נאך שכנים וואס זוכן שוין יארן צו באקריוודען דעם היימישן ציבור און איינצוימען דעם אידישן וואוקס, בעבר אינעם ווילעדזש און אצינד אינעם טאון.

אויס שרעק פונעם אלטן 'פן ירבה' זארג, האט דער טאון פאר צוויי יאר צוריק געקלאגט אין געריכט די סטעיט ענווייראנמענטאל דעפארטמענט (DEC) אינאיינעם מיט'ן ווילידזש און די דעוועלאפערס מיט א גרויסן "היתכן" אז מען האט געגעבן פערמיטן פארן פראיעקט, און נאך פילע טענות איבער מכלומר'שטע שאדנס באזירט אויף הינקעדיגע השערות און אומבאלומפערטע טענות, פון שלענג ביז פלעדערמויזן, וואס דער איינציגער מסקנא וואס סיי וואסערע רעכטדענקנדער פארשוין קען דערפון ציען איז, אז דאס איז א דעוועלאפמענט וואס וועט פאטענציעל ברענגען דירות פאר אחינו בני ישראל.

דער ריכטער האט קלאר געשטעלט אז "שקר אין לו רגלים"; זייערע טענות זענען באזירט אויף אויפגעבלאזענע שרעק און פארלאנגען פאר שאדן פארגיטוגונג אן קיין שום קיין דעקונג, די טענות האבן נישט קיין האפט און נישט קיין לעגאלע "סטענדינג", און דערביי צוריקגעוויזן און ארויסגעווארפן די קלאגע.

בעזרת השם יתברך, מיט דעם איז געגעבן געווארן דער "גרינער ליכט" פאראויסצוגיין מיט'ן פראיעקט מיט'ן פולן שוואונג!

עס איז כדאי צו דערמאנען אז דער זעלבער טרויעריג בארימטער סופערווייזאר איז געווען פון די הויפט פלאנירער און ארכיטעקטן מיט צוואנציג יאר צוריק ביים גרינדן דעם ווילידזש, -נאכדעם וואס די דעוועלאפערס פון שכונת דברי חיים האבן געקויפט דעם שטח אום תשס"ו,- מיט איין פלאן אין קאפ: אפצושטעלן דעם חרדי'שן וואוקס דאהי...

אבער ברוך השם, עס איז מקוים געווארן דער "כן ירבה". וואו מען גייט און ווי מען שטייט נאר היינט אין בלומינג גראוו זעט מען די הערליכע פריחת גבולי הקדושה ברוחניות ובגשמיות, כה יתן ד' וכה יוסיף להרחיב גבולי הקדושה להגדיל תורה ולהאדירה ולנצח על מלאכת בית השם.

ובשם ה' נעשה ונצליח!