מיר ווילן זיך באדאנקען פאר אלע חשוב'ע תושבים וואס שטעלן זיך צו צו די ראוד רעגולאציעס וואס גייען אן דורכאויס דעם ווינטער סעזאן, וואס איז איינגעשטעלט כדי זיכער מאכן אז די ראודס ווערן גענצליך גערייניגט און אין צייט.

די ווילידזש באצאלט א פרימיום פרייז פאר א סאב-קאנטראקטאר וואס האט יארן עקספערטיז אין דעם פעלד, בכדי זיכער צו מאכן אז די ראודס דאהי זענען געשארט אין צייט, ווי די איינוואוינער דא קענען ברוך השם מעיד זיין מיט א גאר שטארקע סוקסעס ראטע.

בנוסף צו דעם לייגט די ווילידזש אריין אסאך ארבעט בעפאר יעדן שניי זיכער צו מאכן אז די ראודס זענען געהעריג געזאלצן, און אנגעהויבן דעם ווינטער האט די ווילידזש אנגעפאנגען צו נוצן א ספעציעלע כעמיקאל וואס מען נוצט אויף די הייוועיס צו פרי-טריעטן די ראודס בעפאר דעם שניי, וואס דאס טוט פארלאנגזאמען די שניי זאל זיך נישט אנכאפן און עס זאל ווערן גרינגער אויפגעשארט.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז ווען די ראודס זענען גענצליך זויבער און אין צייט, טוט עס ארויסהעלפן -חוץ פון די זיכערקייט פאר די דרייווערס און די פוסגייער- און ערמעגליכן אז די באסעס פון די מוסדות התורה זאלן קענען קומען און גיין, און עס זאל נישט זיין קיין קענסעלעישאנס פון די טראנספארטאציע רוטס, און די היגע קינדערלעך, די תינוקות של בית רבן, זאלן קענען גיין אין חדר און סקול אפילו אויף א שניי טאג.

מיר ווילן דערפאר בעטן די אלע נייע תושבים וואס האבן נאך נישט געוואוינט דא די פאריאריגע ווינטער, ווען עס קומט פאר א שניי, זיכער צו מאכן אריינצונעמען סיי וואסערע חפצים פונעם ראוד, צו איז עס גארבעדזש קענס, צו בייקס, און ווי אויך אז קארס זאל נישט זיין געפארקט אויפן ראוד בשום פנים ואופן.

ווען עס איז דא קארס אדער גארבעזדש קענס אויפן ראוד ווערט עס נישט געהעריג געפוצט און אויך נישט צייטליך, עס איז א סכנה פאר די תושבים, און איר קענט מעגליך זיין א גורם אז עס זאל נישט זיין קיין סקול אדער חדר פאר די קינדער אויף דעם טאג.

א יישר כח פאר אייער קאאפעראציע און פארשטענדעניש.

לייב ראזנער
DOT Commissioner