מיר ווילן אויפמערקזאם מאכן דעם חשוב'ן ציבור אז עס קומט בעזרת השם יתברך גאר שיינע וועטערס די ערשטע טעג יום טוב, אלזא, איז ראטזאם זיכער צו מאכן אז איר טוט אנשטעלן אייער עיר קאנדישאן אין די צימערן אין הויז, אז עס זאל זיין באקוועם לויטן קלימאט.

דאס וועט אייך פארשפארן צייט, און עס וועט אויך פיל גרינגער מאכן פאר די שבת פאטראל וואס פארט ארום, זיי נישט איבערצושטרענגען מיט מינדערוויכטיגע קאלס ווי אנצינדן עיר קאנדישאנס אדער אויסלעשן די הייצונג.

צו די זעלבע צייט ווילן מיר אייך דערמאנען צו אנצושטעלן די שבת זייגערס, ווייל דאס איז אויך א פונקט וואס מיר באקומען אומצאליגע רופן יעדן יום טוב.

צו די זעלבע צייט ווילן מיר דערמאנען דעם ציבור אז מ'זאל מאכן אן עירוב תבשילין.

ואת חג המצות יחוגו בדיצות!

חג כשר ושמח ושמחת תמיד!