אין די לעצטע וואך האט די ווילעדזש געהאט גרויס שאדן דורך פארלירן אסאך וואסער, וואס דאס האט אויך צוגעפירט אז איינע פון די גאר וויכטיגע וואסער פאמפס אינעם ווילעדזש האבן זיך צובראכן, וויבאלד די טאנק איז אויסגעלאפן פון וואסער, נאך וואס געוויסע תושבים האבן אנגעפילט די סווימינג פולס אין די פארגאנגענע וואך, וואס דאס איז פולקאם פארבאטן אונטער די אנגייענדע וואסער באנוץ רעגולאציעס.

עס איז וויכטיג צו דערמאנען, זיך צו רעכענען מיט אייערע שכינים, און ווען איר פילט אן א סווימינג פול, זענט איר א גוזל את הציבור און איר מאכט שאדן פאר די ווילעדזש, וואס צוליב דעם גייט ארויף די טעקס פון אייך, פון אייער שכנים און פון די גאנצע שטאט און עס איז גורם גרויסע הזיקות.

דער ווילעדזש האט א מאנגל פון וואסער אויף די מינוט, מען טוט אריין טאנקירן יעדע טאג אינעם ווילעדזש לכה״פ 12 טאנקערס וואסער בכדי שלא יחסר המזג, עס זאל זיין גענוג זיך צו באגיין.

עס איז נישט קיין יושר און עס איז אן אומרעכט, ווען איר טוט דאס זענט איר גורם אז אייערע שכנים זאלן נישט האבן קיין וואסער פאר די טאג טעגליכע ווירטשאפט.

מיר טוען בעטן נאכאמאל בכל לשון של בקשה, נישט אנפילן קיין סווימינג פולס און נישט באוואסערן די גראז, און נאר נוצן וואסער לויט די איצטיגע רעגולאציעס.

די ווילעדזש ארבעט אויף פילצאליגע פראנטן צו פארבעסערן די סיטואציע, אבער אויף די מינוט זענען מיר נאך אלס אין א וואסער מאנגל.

מיט דאנק פאר אייער פארשטענדעניש און קאאפעראציע דורך זיך צושטעלן צו די רעגולאציעס.