אויף די אפיציעלע פארלאנג פון די אראנדזש קאונטי דעפארטמענט אוו העלט און בכדי צו פארמיידן א גרעסערן חלל אינעם שוין יעצטיגן וואסער מאנגל אינעם ווילעדזש, האט דער ווילעזדש באורד אפגעשטימט צו פארלענגערן די וואסער באנוץ איינצוימונגען וועלכע איז שוין אין קראפט פאר די לעצטערע צייט וואס פארבאט צווישן אנדערע דאס אנפילן סווימינג-פולס, זיך באנוצן מיט וואסער ספרינקלערס פאר די גראז און די גראונדס, אפוואשן אויטאס הייזער, וכו'.

מיר בעטן דעם ציבור בכל לשון של בקשה זיך צו האלטן צו די אנווייזונגען און נישט נוצן קיין וואסער בלויז פאר וויכטיגע צוועקן, בכדי צו פארזיכערן די סופליי פון וואסער פאר אלע איינוואוינער אינעם ווילעדזש.

פאר סיי וועלכע פראגן אדער קאמענטארן, רופט אריין צום ווילעדזש האלל אויף 845-782-2600.